בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איר קענט מיר פרעגן אלע אייערע שאלות און ספיקות; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך אייך ענטפערן.
אייער מאן קען מיר פרעגן אלע שאלות און ספיקות; אז אייער מאן האט מורא, ער מיינט ער שטערט מיר מיט די שאלות, אדער אז איר אליין ווילט פרעגן - קענט איר פרעגן די שאלות דורך בריוו. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך אייך ענטפערן און ווייזן די וועג ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.
בנוגע די פחדים פון אייער טאכטער תחי'; זארגט נישט, אזוי ווי עס איז געקומען אזוי וועט עס אוועקגיין. האט נישט מורא, גייט נישט אריין אין קיין לחץ, ווערט נישט פארלוירן; דער עיקר בעט איך אייך, מאכט נישט קיין עסק דערפון וועט עס אוועק גיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אריבער גיין די חדשים גרינגערהייט און האבן בנקל ובנחת; לייגט אין די זייט אלע אייערע פחדים. פחדים איז דאס ערגסטע זאך פאר'ן מענטש, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא י.): "גוּף קָשֶׁה", דער מענטש איז זייער א שטארקע זאך, - "פַּחַד שָׁבְרוֹ", ביז עס קומט צו פחד, ווען ער ווערט דערשראקן ווערט דער שטארקער מענטש אויסער זיך, ער ווערט אינגאנצן צעבראכן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.