בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, מיט ארויסגעבן די הייליגע ספרים עצתו אמונה, איש אמונות. זיי זיך מזרז מיט'ן ענדיגן די ספרים איש אמונות פון שנת תש"פ; א שאד עס שלעפט זיך אזוי לאנג, דו האסט נישט קיין אנונג וויפיל דאס איז מחי' און מחזק אידישע קינדער.
איך האב יעצט באקומען פון ... די ספרים איש אמונות און עצתו אמונה פון שנת תשפ"א גרייט צו דרוקן; איך וויל וויסן אויב דו האסט דאס מגיה געווען, אויב יא - קען מען דאס שוין גלייך דרוקן.
דא האסטו א מעשה פאר עצתו אמונה פאר די קינדער פרשת נח:
קינדער, מען דארף זייער אכטונג געבן נישט חוזק מאכן פון קיין שום מענטש; מען קען קיינמאל נישט וויסן אויף א מענטש אויב יענער איז אן ערליכער איד, און אויב חס ושלום מען טשעפעט אן ערליכער איד באקומט מען א גרויסער שטראף.
הערט א מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט (אשר בנחל חלק סא, מכתב י"ב שנב):
עס איז געווען אין שטאט אפטא א גרויסער צדיק, דער הייליגער רבי משה לייב סאסובער זכותו יגן עלינו, ער האט געהאט דארט א גרופע תלמידים הייליגע אידן. נאכדעם האט דער צדיק זיך אוועקגעצויגן קיין סאסוב מיט אלע תלמידים, איין תלמיד איז געבליבן אין אפטא, ער האט נישט געהאט קיין געלט זיך אריבער צו ציען קיין סאסוב, ער איז געווען זייער א גרויסער מענטש, זיינע ברכות פלעגן מקוים ווערן.
די גאנצע שטאט האט אנגעהויבן קומען צו אים פאר ישועות, אלע זענען געקומען צו אים בעטן ברכות; אבער דער חזן איז געווען א גרויסער לץ, א מחוצף, ער האט געזוכט ווי ער קען חוזק מאכן פון דעם איד. ווען עס איז געקומען פאר ראש השנה, ווען אלע אידן זענען געגאנגען זיך מזכיר זיין ביי דעם איד - האט דער חזן געשיקט זיין דינסט מיט די ציגעלע ער זאל געבן א ברכה פאר זיין ציגעלע, מיט די כוונה צו שפעטן. די דינסט קומט אריין און בעט הויך: "דער רבי זאל ווינטשן פאר די ציג א גוט געבענטשט יאר!" האט זיך דער צדיק אנגערופן: "יהי רצון מלפניך, עס זאל זיין דער ווילן פונעם אייבערשטן אז דער ציג זאל באקומען דעם שיינעם קול פונעם חזן און דער חזן זאל באקומען די קול פונעם ציג!"
און אזוי איז געשען; דער ציג האט אנגעהויבן זינגען מיט א שיינעם קול, און דער לץ, דער חזן - האט אנגעהויבן ברומען: "מעע...! מעע...! מעע...!" אלע האבן געלאכט פון אים! ער איז געווארן צו שאנד און צו שפאט; וואו ער איז געגאנגען האט ער געזאגט: "מעע...! מעע...!" פארשטייט זיך ער איז געווארן אויס חזן.
פון דעם זעען מיר אז מען טאר נישט חוזק מאכן פון אנדערע און זיכער נישט פון ערליכע אידן, ווייל מען קען באקומען א גרויסע שטראף.
מאך א בילד ווי א מענטש שטייט אויף זיינע הענט און פיס מיט א אפענע מויל און אלע קינדער לאכן, און פון דער זייט שטייט א דינסט מיט א ציג.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גוט שבת און א פרייליכן יום טוב.