בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט מאכן קיין נייע מנהגים אין בית המדרש
שבת קודש, בית המדרש, היכל הקודש, מנהגים, גבאי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ה מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז דו פירסט איין נייע משוגעת'ן אינעם נייעם בית המדרש אין שטעטל; איך האב דיר געבעטן דו זאלסט זיין גבאי אינעם נייעם בית המדרש, זאלסט עס פירן אזוי ווי דו האסט געזען אין ישיבה, אן קיין שום ענדערונג. יעצט הער איך אז דו ברענגסט טשאלנט און קוגל פרייטאג צו נאכטס פאר'ן דאווענען, מען עסט אינאיינעם פאר מנחה און קבלת שבת; ביסט אויפ'ן קאפ געפאלן? אזוי פירט מען א בית המדרש?!


פרייטאג צו נאכטס איז א צייט וואס מען ווארט אפ דעם שבת, מען זאגט שיר השירים, מען בענקט צום אייבערשטן, מען הייבט אן קומען צו זיך פונעם וואכענדיגן געיעג. נאך ליכט צינדן זיצט דער טאטע מיט די קינדער און זינגט מיט זיי שיר השירים מיט א בענקשאפט, עס שרייט ארויס פונעם איד (שיר השירים ה, ב): "אֲנִי יְשֵׁנָה" - איך בין שלאפעדיג, איך בין א גאנצע וואך מיד, אבער יעצט ווען עס קומט שבת ווערט: "וְלִבִּי עֵר", איך וועק זיך אויף צו דיר הייליגער באשעפער. דער איד גייט אויס צום אייבערשטן, ער בעט (שם א, ו): "אַל תִּרְאוּנִי שֶׁאֲנִי שְׁחַרְחֹרֶת" קוק נישט אויף מיין שווארצקייט, אויף מיינע עבירות; וואס זאל איך טון רבונו של עולם – "שֶׁשֱּׁזָפַתְנִי הַשָּׁמֶשׁ", דער יצר הרע ברענט אין מיר; ערב שבת איז א צייט וואס עס קומט ארויס דעם אמת, מען זאגט צום אייבערשטן (שם ו, ג): "אֲנִי לְדוֹדִי", איך וויל גארנישט, איך דארף גארנישט, הייליגער באשעפער, באווייז זיך פאר מיר, איך וויל נאר איין זאך – "וְדוֹדִי לִי".


אנשטאט זאגן שיר השירים זיצטו אין שול מיט טשאלנט און קוגל?! שלמה המלך זאגט (קהלת ג, א): "לַכֹּל זְמָן", יעדע זאך האט א צייט; מאכסט א טשאלנט פון דאווענען און עסן?! אז די מתפללים זענען הונגעריג קענסטו דאווענען אביסל פריער מען זאל קענען אהיים גיין מאכן א סעודה מיט די ווייב און קינדער.


איך בעט דיר זייער, דו טראגסט א גרויסע אחריות, דו ביסט גבאי ביים הייליגן רבינ'ס בית המדרש דארפסטו זען אז דער בית המדרש זאל זיך פירן אזוי ווי מיר האבן געזען ביי מוהרא"ש, אן קיין נייע זאכן; איך האב נישט געבויט דעם שטעטל אז מען זאל אפטרעטן פון אונזער וועג, עס איז דא גענוג און נאך געגנטער וואו מענטשן ציען זיך אוועק, זיי ווילן אראפ ווארפן פון זיך דעם אמאליגן וועג; אונזער שטעטל איז פונקט פארקערט, מיר ציען זיך אוועק פון שטאט ווייל מיר ווילן אויסדריקליך בלייבן מיט מסורת אבותינו ורבותינו, חס ולשום אראפ ווארפן פון זיך דעם אמאליגן איד, חס ושלום משנה זיין פון דרך התורה.


איך האב שוין געשריבן פאר אינגעלייט וועלכע קומען אין שול אן שטריימל און בעקיטשע, פארוואס זיי ווארפן אראפ פון זיך די וועג ווי אזוי אונזערע עלטערן האבן זיך געפירט; איך מוז דיר זאגן, אויב דאס איז די מטרה פון גיין אין שטעטל, מען זאל קענען אראפ ווארפן מנהגים פון די עלטערן - זאל דער אייבערשטער העלפן עס זאל נישט בלייבן קיין זכר פון דעם גאנצן שטעטל; מיין גאנצע כוונה מיט'ן שטעטל איז נאר וואס דער רבי האט אונז דערציילט אינעם מעשה פונעם חיגר (סיפורי מעשיות, מעשה ג) וואס דער חכם האט געטון ווען ער האט געזען ווי דער פירער פון לאנד איז אן אפיקורס - האט ער צאמגערופן זיין משפחה און געזאגט: "איר זעט דאך אז דער פירער פון לאנד איז אן אפיקורס און האט געמאכט די גאנצע לאנד פאר אפיקורסים און א טייל פון אונזער משפחה זענען שוין אויך אפיקורסים, בכן לאמיר זיך אוועק לאזן אין מדבר כדי מיר זאלן בלייבן ביי אונזער אמונה אין גאט ברוך הוא".