בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישטא קיינער וואס זאל זיך נישט מוטשען אויף דער וועלט
תודה והודאה, צרות, שלום בית, רפואה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך זייער שטארקן, יעדער איינער בזה העולם גייט אריבער שוועריקייטן, מען פרובירט אויס יעדן איינעם; נישטא קיינער וואס זאל זיך נישט מוטשען מיט זיינע נסיונות, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם, כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד", אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', ווייל דא איז נישטא קיין עולם הזה, דא איז דער גיהנום, מען פרובירט אויס יעדן איינעם מיט שווערע נסיונות, עס איז נישטא קיין מענטש וואס זאל נישט האבן קיין יסורים וכו', און ווער עס וויל זיך ראטעווען פון די יסורים איז דא איין עצה, אנטלויפן צום אייבערשטן און צו די הייליגע תורה.


זע אז דיין ווייב זאל נעמען אירע מעדעצין; אז זי וויל עס נישט נעמען, זי גייט אריין אין א ווייטאג, זי שרייט אז זי נעמט נישט - זאלסטו זיך נישט פארלירן, רעד מיט איר ביז זי וועט עס נעמען, עס דארף דיר נישט אנגיין אז עס נעמט אסאך צייט ביז זי איז מסכים וכו'. עס איז טאקע נישט קיין גרינגע מעשה דאס וואס דו גייסט אריבער, אבער געדענק, עס איז נאך מיט גרויס חסדים, עס וואלט געקענט זיין פיל ערגער.


טראכט פון דאס גוטס וואס דער אייבערשטער געבט דיר, טראכט נישט פון די פראבלעם; דער רבי האט אונז געגעבן א וועג פון טראכטן, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו קוקן אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה) דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס, אזוי ווי דוד המלך דאנקט דעם אייבערשטן (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט.


שרייב מיר נאך בריוו, איך האב זייער הנאה פון יעדן בריוו דיינע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.