בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת נצבים, כ"ד אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
אם ירצה ה' מארגן פאר איך מיט אלע תלמידים קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ראש השנה; איך וועל בעטן פאר אייך און פאר אייערע קינדער בפרטיות.
שטארקטס אייך מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ, וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם - כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך און זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דעפרעסט, ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען ווייל מען איז דעפרעסט און נישט פרייליך. און דער רבי זאגט דארט ווייטער: "גַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ, שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אפילו די דאקטורים זאגן אז אלע מחלות קומען פון דיפרעסיע און ווייל מען איז נישט פרייליך.
פון איין זייט האט איר זייער א גרויסע צרה וכו', אבער ווען איר וועט קוקן און זוכן מיט א ברסלב'ע אויג וועט איר זען: "עס איז מיט גרויס חסדים"; איר ווייסט וואס פאר א שווער לעבן רבי נתן האט געהאט, מען האט אים גע'רודפ'ט זיין גאנץ לעבן - אפילו אין ברסלב האט מען אים גע'רודפ'ט, אויך האט ער געהאט צרות מיט אלע זיינע קינדער, מיט דעם אלעם פלעגט ער אלץ זאגן: "עס איז מיט גרויס חסדים", ער האט נאר געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן; נאר געזוכט צו מחזק זיין נאך א איד.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.