בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בא, י"ח שובבי"ם, ג' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן
טייערער ... נרו יאיר, מלמד בקרית ברסלב ליבערטי
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך האב אזא הנאה צו הערן אז עס איז צוריק דא ליבשאפט אין חדר אין שטעטל צווישן די מלמדים און די איינגעשטעלטע. איך וועל דיר זאגן דעם אמת, די סיבה פארוואס איך האב אויפגעהערט קומען צו ענק איז נאר צוליב דעם, איך קען נישט סובל זיין ווען מען איז אחד בפה ואחד בלב, עס עקלט מיר, איך גיי נאר דארט וואו איך שפיר אז מען האט זיך ליב. יעצט אז דו זאגסט מיר אז נעכטן איז געווען א גוטע לופט אין חדר - פריי איך זיך זייער.
איך בעט דיר זייער, "בִּקְהָלָם אַל תֵּחַד כְּבֹדִי" (בראשית מט, ו), מיש נישט אריין מיין נאמען צווישן די מחלוקות, איך וויל נישט האבן צוטון מיט מחלוקות, איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש אז איך וועל נישט האבן מיט מחלוקות, איך וויל נאר ליבשאפט.
מוהרא"ש זאגט, עס איז דא אן אויסדרוק: "הימל מענטש", מען דרוקט זיך אויס אויף א העכערער סארט מענטש, יענער איז א הימל מענטש; ווער איז טאקע א הימל מענטש? דער וואס קען זיך אויסקומען מיט א פארקערטע נאטור. די הימל - זאגן חכמינו זכרונם לברכה (חגיגה יב.) - איז צאמגעשטעלט פון צוויי פארקערטע זאכן, פייער און וואסער; פייער טריקנט אויס וואסער און וואסער לעשט פייער, און די הימל איז וואסער און פייער אינאיינעם, צו טון די ווילן פונעם אייבערשטן, אזוי אויך, דער וואס קען לעבן מיט א פארקערטער נאטור - דער איז א הימל מענטש.
אז מען בויט א חדר; מלמדים, מיט א מענידזשער, מיט אפיס ארבעטער, באס דרייווערס, קעכער, לאנטש רבי וכדומה, און איך האב איין וועג ווי צו לעבן, ווי צו רעדן און ווי אזוי צו טראכטן, און דא שטייט פאר מיר איינער וואס מאכט מיך נערוועז און טראכט אנדערש, רעדט אנדערש און טוט אנדערש, און דאך קען איך מיט אים לעבן - בין איך א הימל מענטש.
איך בעט דיר זייער, זע די מוסד וואס איך שטעל אויף מיט בלוט און שווייס זאל נישט ווערן א פעקטארי, עס זאל נישט פארלירן די הארץ, די געפיל; קום אין חדר מיט הארץ, מאך זיך א חשבון 'וואס טו איך? וואו גיי איך? צו וועם קום איך? איך קום לערנען תורה מיט אידישע נשמות, איך פלאנץ אמונה און מידות טובות, איך לייג אריין קדושה אין אידישע קינדער' - וועסטו זיך קענען אויסקומען מיט יעדן איינעם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.