בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר, בני ברק
דיין ווייב שרייבט מיר אז עס איז נישטא קיין ברויט אין שטוב, עס איז נישטא אין שטוב וויכטיגע זאכן צו קענען אנגיין מיט די שטוב.
וויל איך דיר בעטן דו זאלסט זען עס זאל זיין עסן אין שטוב, געב דיין ווייב וואס זי דארף; ווייל על פי קבלה דארף מען געבן די ווייב אלעס וואס זי דארף. רבי חיים ויטאל שרייבט (שער המצוות, פרשת עקב), איך האב געזען ביי מיין רבי דער הייליגער אריז"ל, אז ער האט נישט געקויפט פאר זיך טייערע קליידער, אויך האט ער נישט געגעסן קיין סאך, אבער פאר זיין ווייב האט ער מקפיד געווען צו קויפן טייערע קליידער, כדי זי זאל זיין צופרידן, אפילו ער האט נישט געהאט קיין געלט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.