בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת שמיני, כ"ז ניסן, מברכין החודש, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים שיחיו
איך ווארט א גאנצע וואך איינער פון אייך זאל בכלל בעטן פאר א בריוו, למעשה היינט איז שוין ערב שבת און קיינער פון אייך האט נישט געבעטן פאר א בריוו, וועל איך אייך שרייבן אומגעבעטן, ווייל איך טראכט א גאנצע וואך פון אייך, איך בענק זיך נאך אייך.
איך האף צום אייבערשטן אז איר זענט זיך נאך ווייטער מחזק; קען זיין איר בעט נישט פאר א בריוו, איר מיינט אז איך בין פארנומען, איר מיינט אז איך בין דערשראקן, עס גייען ארום פאלשע קלאנגען אז עפעס טוט זיך וכו' וכו'.
איך וועל אייך דערציילן וואס טוט זיך; עס טוט זיך אזוי, מיר האבן אנגעהויבן נאך א זמן אין ישיבה מיט א שטארקע פרישקייט, עס איז שוין די דרייצנסטע יאר וואס דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די זכיה צו זיצן מיט בני הנעורים, אריינלייגן אין זיי די שכל פון רבי'ן מיט מוהרא"ש'ס וועג, עס זענען צוגעקומען פרישע תלמידים, די בחורים לערנען מיט א שטארקע התמדה ח"י פרקים משניות, אויך לערנט מען אסאך גמרא.
נאך א זאך טוט זיך יעצט; די חדר, סיי אין וויליאמסבורג סיי אין קרית יואל און אין קרית ברסלב - גייט אן מיט א שטארקייט, די מלמדים לייגן אריין אין די קינדער יראת שמים, מיר האבן מלמדים וואס איז נישטא אין די וועלט, זייער לעבן איז אמונה, אזוי קענען זיי דאס אריינלייגן אין די קינדער.
אויך טוט זיך יעצט, די סקול בית פיגא גייט ווייטער אן, מען גרייט אן די תלמידות וואס דאס לעבן איז; זיי זאלן מכבד זיין די עלטערן, זיי זאלן דאנקען יעדע זאך דעם אייבערשטן.
נאך טוט זיך, עס בויט זיך א שטעטל לשם ולתפארת; מיר האלטן שוין נאנט צו זעכציג משפחות וואס לעבן א באשיידענע לעבן, אלע לעבן מיט'ן אייבערשטן, וואס מען דארף בעט מען דעם אייבערשטן.
נאך טוט זיך, מיר ענדיגן יעצט נאך א שטאק אינעם בנין אין אומאן; עס זענען דא אזויפיל פרישע מקורבים וואס ווילן זיין אינאיינעם ראש השנה מיט תלמידי היכל הקודש, ענדיגט מען יעצט אויפבויען נאך א שטאק.
נאך טוט זיך, עס ווערן געדרוקט וועכנטליך צענדליגער טויזנטער ספרים, קונטרסים און גליונות אין אלע שטעט; תלמידי היכל הקודש גיין אן מיט הפצה, מען פארשפרייט דאס אין אלע שול'ן. אסאך שול'ן ווארפן דאס אוועק, א טייל לייגן די גליונות אין בית הכסא מיט זלזול, א טייל צערייסן דאס, אבער מיר קענען נישט קוקן אויף דעם, מיר דארפן טון וואס מיר דארפן טון, וואס דער רבי האט אונז געהייסן, מיר פארשפרייטן ווייטער די הייליגע זיסע ליכטיגע עצות פון רבי'ן פאר אנדערע, און אז מען ווארפט דאס אוועק וועלן פון די מיסט מקורב ווערן פרישע מקורבים; מיר אליינס האבן דא גרויסע מפיצים וואס זענען מקורב געווארן פון קונטרסים אין שמות, פון גליונות אין בית הכסא.
מער פון דעם טוט זיך נישט, עס טוט זיך אפשר ביי מענטשן וואס האבן נישט דעם סדר דרך הלימוד און לעבן נישט מיט זכרון פון עלמא דאתי; ביי זיי טוט זיך עפעס אין מח, מען רעדט וכו' וכו', אבער ביי תלמידי היכל הקודש טוט זיך נאר פון תכלית.
מיר ענדיגן די וואך מאנטאג, ראש חודש אייר - מסכת שקלים און מען הייבט אן מסכת יומא, איך בעט אייך טייערע חברים, זייט נישט קיין בטלנים, כאפט איך מיט מיט'ן באן, עס פארט א רכבת יעדן טאג פון מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה; א שאד מען זאל נישט זיין אויף די רכבת, אויף די באן. דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע וועג ווי אזוי יעדער איינער קען מצליח זיין ארויסכאפן אביסל גוטס יעדן טאג, אפילו די פארנומענע טעג; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו) אז מען דארף נישט פארשטיין דאס לערנען, מען דאף זאגן די ווערטער; בעט איך אייך טייערע ברידער, עפנט די הייליגע גמרא יעדן טאג און לערנט גמרא, משניות און דעם רבינ'ס ספרים, וועט איר זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן.
ועל כולם גייט אביסל התבודדות, גייט אביסל צו מאמע רחל מזמן לזמן, כאפט אייך אריבער צו שמואל הנביא, שמעון הצדיק; ביי די פלעצער איז דאך אזוי גוט זיך מתבודד זיין; בעטס אויך פאר מיר יואל בן ריצא רעכיל, איך דארף אסאך תפילות.
א פרייליכן שבת.