בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - עס איז נאר דא איין וועג געהאלפן צו ווערן
תפילה והתבודדות, אמונה, הפצה, צדיקים, תכלית, אמונת חכמים, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי-קדושים, ז' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים עיר הקודש, ה' עליהם יחיו.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח): "כִּי כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה; מען לעבט מיט אמונה, מען גלייבט אז קיין שום זאך איז נישט קיין פערצופאל נאר אלעס איז דער אייבערשטער. אן א צדיק ווערט מען אלץ נאכגעשלעפט נאך די נייעס, מען זאל מיינען אז די וועלט פירט זיך באופן טבעי אן קיין בעל הבית, מען מיינט אז עס פאסירט זאכן פון זיך אליין; למשל יעצט ווען מיר דארפן רחמי שמים אז אידישע קינדער זאלן זיין געזונט און שטארק, אידישע קינדער זאלן האבן פרנסה; אז מען הערט די נייעס ווערט מען דערשראקן, מען מיינט אז די וועלט פירט זיך אן א בעל הבית, חס ושלום.


וויסן זאלט איר אז קיינער איז נאך נישט געשטארבן פון קורונה, קורונה קען נישט הרג'ענען קיין מענטשן, קורונה איז א קליינטשיגע באג, זי קען גארנישט טון, די אלע מענטשן וואס זענען יעצט אוועק פון דער וועלט, איז ווייל יעצט איז געקומען די צייט וואס זיי האבן געדארפט צוריק גיין צום אייבערשטן; יעדער מענטש פאר ער ווערט געבוירן באקומט ער פון הימל א געוויסע מאס יארן וויפיל ער גייט לעבן, ווען עס קומט די צייט מען זאל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן נעמט דער אייבערשטער צוריק די נשמה - נישט קיין חילוק צי עס איז דא קורונה אדער עס איז נישט דא קורונה; יעדן איינעם אויף אן אנדערע וועג. מיר אידן גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער געבט לעבן ווי לאנג ער וויל געבן און קיינער אנדערש קען נישט געבן לעבן אדער צונעמען לעבן.


אז מען וויל א ישועה איז דא איין זאך: "תפילה!" דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע", תפילה איז משנה די טבע; אלע דאקטורים זאגן איין זאך און נאכדעם זעען זיי אז זיי ווייסן גארנישט, בפרט יעצט ביי די קורונה זאגן זיי אלע אז זיי ווייסן גארנישט, זיי מוזן מודה זיין אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, זיי זאגן איין זאך און פלוצלינג זעט מען ווי מענטשן היילן זיך דורך תפילה, דורכדעם ווערן זיי פארשעמט; אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן א'): "כִּי כְּשֶׁנִּגְאֶלֶת הַתְּפִלָּה, אָז נוֹפְלִים כָּל הָרְפוּאוֹת, כִּי נִתְרַפְּאִין עַל יְדֵי דְבַר ה'", ווען מען דאווענט צום אייבערשטן פאלן אוועק אלע רפואות, ווייל מען ווערט אויסגעהיילט פונעם אייבערשטן אליין, "וַאֲזַי כָּל הַדָּאקְטוֹרִים מִתְבַּיְּשִׁין בָּרְפוּאוֹת שֶׁלָּהֶם", דעמאלט שעמען זיך אלע דאקטורים מיט זייערע רפואות. "כִּי אֲזַי אֵין כֹּחַ לְשׁוּם רְפוּאָה, כִּי כָל הָעֲשָׂבִים חוֹזְרִים כֹּחָם לְתוֹךְ הַתְּפִילָּה", ווייל אלע כוחות וואס ליגט אין די מעדעצין גייט אריין אין די ווערטער פון תפילה און מען ווערט אויסגעהיילט דערמיט.


שטארקט אייך אין הפצה. האט רחמנות אויף אידישע קינדער, האט רחמנות אויף בחורים און מיידלעך; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ז): "כִּי עִקָּר הָרַחֲמָנוּת הוּא כְּשֶׁיִּשְֹרָאֵל עַם קָדוֹשׁ נוֹפְלִין, חַס וְשָׁלוֹם, בַּעֲווֹנוֹת, רַחֲמָנָא לִצְלָן, כִּי זֶהוּ הָרַחֲמָנוּת הַגָּדוֹל מִכָּל מִינֵי רַחֲמָנוּת", דער עיקר רחמנות איז ווען אידישע קינדער פאלן אראפ אין עבירות רחמנא לצלן, דאס איז דער גרעסטע רחמנות פון אלע רחמנות. און דער רבי איז מסביר: "וּבֶאֱמֶת, מֵהֵיכָן בָּאִים לַעֲווֹנוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", ווי אזוי קען מען ארויס נעמען אידישע קינדער פון עבירות? ווייל באמת, פון וואו קומט בכלל צו א מענטש ער זאל זינדיגן חס ושלום? "הוּא רַק עַל יְדֵי שֶׁאֵין לוֹ דַּעַת", דאס איז נאר ווייל ער ווייסט נישט אז דער אייבערשטער איז מיט אים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג.): "אֵין אָדָם עוֹבֵר עֲבֵרָה אֶלָּא אִם כֵּן נִכְנַס בּוֹ רוּחַ שְׁטוּת", א מענטש זינדיגט נישט נאר נאכדעם וואס עס גייט אריין אין אים א רוח שטות, ער מיינט אז דער אייבערשטער זעט נישט וואס ער טוט, ער מיינט אז ער איז שוין סיי ווי פארפאלן וכו', "וְזֶהוּ הָרַחֲמָנוּת הַגָּדוֹל מִן הַכֹּל, שֶׁצְּרִיכִין לְרַחֵם עָלָיו לְהַכְנִיס בּוֹ דַּעַת", ממילא איז דאס די גרעסטע רחמנות, מען זאל אריין ברענגען אין אים דעת, ער זאל וויסן אז דער אייבערשטער האט אים נאך אלץ ליב און ער קען נאך תשובה טון, אזוי ווי עס שטייט (תהלים מא, ב): "אַשְׁרֵי מַשְֹכִּיל אֶל דָּל", וואויל איז דעם וואס ברענגט אריין שכל אין אן ארעמאן, "כִּי 'אֵין עָנִי אֶלָּא מִן הַדַּעַת (נדרים מא.)' וּצְרִיכִין לְרַחֵם עָלָיו, לְהַכְנִיס בּוֹ דַּעַת", ווער איז אן ארעמאן? דער וואס האט נישט קיין שכל, אויף די דארף מען רחמנות האבן און אריין ברענגען אין זיי שכל.


בעט איך אייך מיינע טייערע ברידער, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים; גייט הפצה - יעדער אויף זיין אופן מיט וואס מען קען נאר. עס איז א צייט וואס מען קען נישט שלאפן, יעדער דארף טון וואס ער קען נאר צו ראטעווען נאך איין איד.


איך האף אז איר וועט אננעמען מיינע ווערטער.


איך בענק זיך נאך אייך.


א גוט שבת.