בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פארוואס שפירט מען נישט קיין טעם אין קומען אין שול?
תפילות אויף אידיש, בחור, שידוכים, מאוויס, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר


האסט מיר געזאגט אז דו האסט נישט קיין שום טעם אין קומען אין שול דאווענען, דאס איז פאר דיר א ביטערע טעם. אויך האסטו מער נישט קיין טעם אין לערנען, דיין איינציגסטע טעם איז צו פארטיען מיט פריינד, צו פארברענגען מיט חברים.


טייערער ... נרו יאיר, אפשר האט דאס פאסירט פון קוקן עבירות, קוקן שמוציגע מאוויס פון ניאוף, און נאכדעם פוגם זיין אין די ביטערע שרעקליכע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נ): "מי שפוגם בברית אינו יכול להתפלל", ווער עס איז פוגם בברית קען מער נישט דאווענען; מען שפירט א ביטערע זויערע טעם, מען וויל נאר ארויסלויפן פון שול וכו', נאכדעם ווערט מען זייער צעבראכן און דעפרעסט, מען פארלירט אלעס, השם ישמרינו.


איך בעט דיר טייערער ..., אז דו וועסט פרובירן מתקן זיין אות ברית קודש, וועסט מער נישט קוקן קיין מאוויס, וועסט אויסמעקן אלע שלעכטע מאוויס און זאגן יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי פון הייליגן רבי'ן [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], און צוריק אנהויבן דאווענען די דריי תפילות – וועסטו צוביסליך אנהויבן צוריק שפירן א נאנטקייט צום אייבערשטן און א טעם אין לעבן.


טייערער ..., איך ווייס אז עס איז דיר זייער ביטער, דו דארפסט א שידוך, דו ווילסט נישט זיין א פלג גוף, דו ווילסט חתונה האבן, ביסט מיואש, ביסט צעבראכן פון זיין א בחור איינער אליין.


וויל איך דיר בעטן זאלסט טון די עצה פון רבי'ן פון זיך מתבודד זיין, זוך דיר א פלאץ, א שטילע ליידיגע פלאץ, דארט זאלסטו זיך אויסשמועסן דיין הארץ צום אייבערשטן. דערצייל אים ווי ביטער, פינסטער און טונקל עס איז דיר, ווי צעבראכן און אויפגעגעבן דו ביסט, אז דו האסט שוין נישט קיין שום טעם אין דאווענען און אין לערנען. וויין צום אייבערשטן ער זאל דיר געבן א שידוך, און בעט אים ער זאל דיר העלפן תשובה טון.


טייערער ..., מוהרא"ש זאגט, עס איז דא א ספעציעלע מלאך וואס איז געשטעלט נאר אויף דעם, צאמנעמען די תפילות פון בחורים און מיידלעך וואס פאלן אין עבירות, וואס באמת ווילן זיי זיין גוט, אבער זיי פאלן אלץ צוריק אין שאול תחתית. ווען זיי קומען צום אייבערשטן, זיי קרעכצן זיך אויס, זיי לאזן אפאר הייסע טרערן, זיי שרייען: "הייליגער באשעפער, איך וויל נישט טון עבירות, איך וויל זיין ערליך, איך וויל נישט פוגם זיין, איך וויל באמת זיין גוט, און אפילו עס זעט אויס פון אינדרויסן אז איך האלט ביי גארנישט, עס זעט אויס ווי איך בין א בעל עבירה, זאלסטו וויסן אייבערשטער אז עכט עכט וויל איך זיין גוט, איך האב נאר נישט די כוחות צו האלטן מיינע קבלות טובות. אייבערשטער דו קוקסט אריין אין הארץ, אתה חופש כל חדרי בטן ובוחן כליות ולב, אין דבר נעלם ממך, גארנישט איז פון דיר פארהוילן, איך בעט דיר אייבערשטער, קוק אריין טיף אין מיין הארץ וועסטו זען אז איך וויל זיין אן ערליכער איד".


טייערער ..., קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס פאסירט אין הימל מיט די תפילות, מען שאקעלט אויף אלע וועלטן, אלע מקטריגים אנטלויפן, און אלע קליפות ורוחות רעות וואס זענען באשאפן געווארן פון די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן – ווערן צעהאקט, זיי ווערן בטל ומבוטל.


איך בעט דיך זייער, נעם אן מיינע ווערטער, ווארף אוועק די שמיץ, הויב צוריק אן לערנען שיעורים כסדרן אין משניות, גמרא.


איך בעט דא אין ארץ ישראל פאר דיר דו זאלסט זוכה זיין צו תשובה שלימה און צו א גוטע שידוך.