בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פארלייגט זיך אויף איין זאך, אויף שלום בית
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שווער און שוויגער, תשובה, מדות טובות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז אמת אז מאן און ווייב דארפן זיין אפן איינער צום צווייטן און איר האט זייער גוט געטון אז איר האט זיך אויסגעשמועסט מיט אים וואס עס שטערט אייך, פארוואס ער זאגט פאר זיין מאמע פריוואטע זאכן. יעצט אז ער האט אייך איבערגעבעטן, ער האט חרטה אויף וואס ער האט געטון; ער האט נישט געכאפט וואס ער טוט, ער איז נאך צוגעוואוינט פון אלס קינד מיט אזא טעראר צו דערציילן יעדע אטעם פון לעבן - דארפט איר גיין ווייטער, איר דארפט אים מוחל זיין און אים מער נישט פארהאלטן.


איר מעגט אים מיטטיילן אייערע געפילן אז איר זענט פארשעמט פון זיין מאמע, זי קוקט יעצט אויף אייך וכו'; אבער האלטס אים מער נישט פאָר, ער איז נישט שולדיג, ער איז אויפגעוואקסן מיט א מורא'דיגע טעראר, ער ווערט יעצט צוביסליך צוגעוואוינט צו שטיין אויף די אייגענע פיס.


פארלייגט זיך אויף איין זאך, אויף שלום בית; לאזט נישט דעם שטן אריינקומען ביי אייך אין שטוב, נעמט אים נישט אריין ביי אייך אין הארץ, וועט איר זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות. אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן פונעם תנא רבי שמעון בר יוחאי (שיר השירים רבה א, לא): א פארפאלק זענען געקומען צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי אז זיי ווילן זיך גט'ן, היות עס איז שוין איבער צען יאר וואס זיי האבן חתונה געהאט און זיי זענען נאכנישט נפקד געווארן מיט קינדער, האט זיי רבי שמעון בר יוחאי געזאגט זיי זאלן מאכן א סעודה פאר זיי גט'ן זיך. בשעת די סעודה, ווען דער מאן איז שוין געווען גוט בגילופין פון אפאר גלעזלעך וויין, האט ער צוגערופן זיין ווייב און איר געזאגט: "היות מיר האבן געהאט שיינע יארן צוזאמען און יעצט גייען מיר זיך גט'ן, וויל איך דיר געבן עפעס א טייערע זאך פון מיין פארמעגן, קלויב זיך אויס א טייערע חפץ פאר דיר און אזוי וועלן מיר זיך צעשיידן", האט זי אים געבעטן ער זאל איר געבן אביסל צייט צו טראכטן.


דער מאן האט ווייטער געטרינקען וויין, ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד טויט שיכור און איז איינגעשלאפן. האט די פרוי געבעטן די משרתים זיי זאלן אים אריינלייגן אין בעט און אים ברענגען צו אירע עלטערן אין שטוב, צו מארגנס ווען ער האט זיך אויפגעוועקט און זיך ארומגעקוקט וואו ער איז - האט ער נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר, האט זי אים געגעבן צו פארשטיין און אים געזאגט די ווערטער: "בשעת מיר האבן געמאכט די סעודה האסטו מיר געזאגט אז איך קען זיך אויסוועלן א גוטע חפץ פון דיין פארמעגן; איך האב נישט קיין בעסערע זאך אויף די וועלט ווי דיר, דו ביסט מיין בעסטע זאך!" זענען זיי געגאנגען צו רבי שמעון בר יוחאי און אים דערציילט די גאנצע מעשה האט רבי שמעון בר יוחאי זיי געזאגט: "אויב זי האט דיר אזוי ליב און זי וויל זיך נישט צעטיילן פון דיר, זאג איך אייך צו אז איבער א יאר וועט איר האבן א קינד", און אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן זוכה געווען צו קינדער, אלעס נאר צוליב דאס ליבשאפט און שלום וואס איז געווען צווישן זיי.


אז איר וועט לייגן א געוויכט אויף שלום בית, איר וועט נעמען אייער מאן פאר די בעסטע זאך פון לעבן - וועט איר האבן קינדער דורות ישרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.