בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
עס איז א גרויסע זכות פארצולערנען אין בית המדרש ביים רבי'ן, סיי סיפורי מעשיות און סיי ביי שלש סעודות, מחזק זיין אנשי שלומינו; ווער נאך דארף אזויפיל חיזוק ווי ברסלב'ער חסידים, נאכדעם וואס דער רבי נעמט אראפ איין הסתרה, מען הויבט אן זען ווי ווייט מען איז, און וואס מען דארף אלץ פאררעכטן; דארף מען אסאך חיזוק.
ווען דו לערנסט פאר זאלסטו רעדן דברים פשוטים, לעובדא ולמעשה, נישט קיין תורות מיט קיין לומדות; קיינער איז נישט אינטערעסירט צו הערן ווי א גרויסער ידען אין רבינ'ס ספרים דו ביסט, און ווי א גרויסער תלמיד חכם דו ביסט. עס מאכט זייער נערוועז ווען דער בעל דרשן קוקט זיך פאר משלים מיט נמשלים און זוכט אפיר צו קראצן מאמרים און שיחות וואס נאר ער ווייסט און קיינער ווייסט נישט וכו', קיינער קומט נישט הערן ווי א גרויסער תלמיד חכם דו ביסט, מען קומט הערן פשוט'ע ווערטער, תמימות'דיגע ווערטער - וואס מען קען גלייך אנהויבן טון; ווי למשל, רעדן אפאר ווערטער צום אייבערשטן, זאגן א פרק משניות און רעדן שיין אין שטוב צו די ווייב; אנשי שלומינו קומען הערן חיזוק, די סארט דיבורים דארפן זיי.
אויף די איין זאך זאלסטו יא שטיין, אז בשעת דו רעדסט זאל מען נישט שמועסן. אויב מען שמועסט אויפן קול, מען לאכט - זאלסטו אפטרעטן פון רעדן, זאלן די גבאים ערשט אוועק שטעלן דרך ארץ, דרך ארץ קדמה לתורה, נאכדעם וועט מען פארלערנען. רעד נישט און לערן נישט פאר אין שול אויב מען שמועסט אויפן קול וכו'; אויב מען שמועסט אין שול, מען לאכט - זאלסטו מיט א שמייכל זיך אויפשטעלן און אהיים גיין מאכן די שבת סעודה, און סעודת מלוה מלכה, און מקיים זיין (תהילים א, א): "במושב לצים לא ישב".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.