בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ב לפרט קטן
צו מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי
עס איז זייער וויכטיג דו זאלסט העלפן אין שטוב מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען גיין צו די שיעורים פון התחזקות.
דא אין שטעטל איז דא שיעורים פון די מנהלת תחי', חיזוק פאר יונגע ווייבלעך. אויך איז דא שיעורים פון איינע פון די טיטשערס, און אז דיין ווייב וויל גיין, זי וויל די חיזוק - זאלסטו אלעס טון זי זאל קענען קומען. אויך ווען עס איז דא מלוה מלכה'ס וכדומה און דיין ווייב וויל קומען, און דו ווילסט אויך קומען - איז וויכטיגער זי זאל קומען.
דו וועסט שוין באקומען די חיזוק; דו קומסט דאך דריי מאל א טאג אין שול, מען טרעפט אנשי שלומינו, ווי נישט קומט ארויס חיזוק פון דעם, פון יענעם, אויך לופטערט מען זיך אויס, אבער די ווייבער זענען איינגעשפארט אין שטוב, פאר זיי איז וויכטיגער צו קומען הערן חיזוק.
פריי זיך אז דיין ווייב וויל דאס; אוי ווי שרעקעדיג איז די וועלט, אוי ווי ווייטאגליך איז ווען מען הערט אינגעלייט קרעכצן אז די ווייב האט זיך געטראפן נישט גוטע חבר'טעס, זי דארף שוין נישט קיין חיזוק, זי הויבט אן ווערן פארנומען מיט נישט גוטע זאכן, דעמאלט איז אזוי ביטער.
דעריבער טייערער ליבער ברודער, טו אלעס אז דיין ווייב זאל קענען קומען צו די שיעורים. זאלסט איר נישט דרוקן צו קומען, אז זי וויל נישט קומען - זאלסטו קומען. מען קען זיין א גוטע פרוי אן קומען צו די שיעורים; ביי מיר אין שטוב, מיין ווייב - גייט נישט צו מלוה מלכה'ס, שיעורים וכדומה. נאר וואס דען? אז דיין ווייב וויל, זי חלש'ט צו קומען, זי דארף די חיזוק, עס איז איר נישט גענוג צו הערן אויפ'ן האט-ליין - זאג איך דיר, בלייב אין שטוב, געב אכטונג אויף די קינדער אז זי זאל קומען.
נאך איין זאך, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְלֹא הַבַּיְשָׁן לָמֵד", מען טאר זיך נישט שעמען צו פרעגן; אז מען פרעגט נישט - ווייסט מען נישט ווי אזוי זיך צו פירן, און זיכער זאלסטו זיך נישט שעמען ווען דיין ווייב שיקט דיך מיט א ליסטע מיט פראגעס צו פרעגן דעם ראש ישיבה צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; פון וועם שעמסטו זיך? פון מיר? ביי מיר איז דאס די שענסטע זאך, וואס האסטו מורא - אז איך ווער נערוועז? איך האב דיר שוין דערציילט, א איד האט אמאל געזאגט פאר זיין רבי: "איך האב מורא אז איך מאך נערוועז דעם רבי'ן מיט מיינע טויזנטער פראגעס..." האט אים זיין רבי געזאגט: "איך ווער פון דיר נישט נערוועז, איך בין נערוועז פון מיינע תלמידים וואס פרעגן גארנישט, איך ווייס נישט אויב זיי פירן זיך ערליך, מיט הלכות וכו'".
דאס איז ביי מיר אסאך גרינגער, ווען דער מאן פרעגט די פראגעס פאר זיין שטוב, אזוי גייט נישט אוועק אזויפיל צייט, ווייל מען טרעפט זיך סיי ווי אין בית המדרש, דא און דארט; פארוואס זאלסטו זיך שעמען?
דו ווייסט צו וואס מען איז זוכה ווען מען לייגט אלע בושות אין די זייט און מען פרעגט אלעס? קוק וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סו): "מִי שֶׁהוּא מַקְטִין אֶת עַצְמוֹ בִּפְנֵי רַבּוֹ וְשׁוֹאֵל מִמֶּנּוּ כָּל הַסְּפֵקוֹת", ווער עס האלט זיך קליין פאר זיין רבי, ער פרעגט אים אלע זיינע ספיקות, "אַף עַל פִּי שֶׁרַבּוֹ מְבַיֵּשׁ אוֹתוֹ", אפילו זיין רבי פארשעמט אים, דאך פרעגט ער אלעס, "עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה שֶׁיּוֹצֵא מִמֶּנּוּ בֵּן שֶׁהוּא גָּדוֹל בַּתּוֹרָה יוֹתֵר מֵרַבּוֹ", וועט ער זוכה זיין, ער וועט האבן קינדער גרויסע צדיקים, גרעסער פון זיין רבי.
דאנק דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים, דו האסט א טייערע ווייב מיט ליכטיגע קינדער, מיט וואס נישט... דיין ווייב שרייבט זייער שיין פון דיר, דו העלפסט איר, דו רעדסט צו איר שיין. אפילו ווען זי פארלירט זיך - פארלירסטו זיך נישט, דו בלייבסט פרייליך און דו העלפסט איר; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק, דאס איז א ברסלב'ער חסיד, דער וואס רעדט שיין אין שטוב און איז מכבד די ווייב.
א גוט שבת.