בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די קינדער זאלן נישט ארויסנעמען די גאנצע כח פון טאטע מאמע
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, שבת ליכט, הלכה, חלה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מחנך זיין קינדער איז בכלל נישט קיין גרינגע זאך, עס איז די שווערסטע ארבעט וואס איז דא, מען דארף זאגן נאכאמאל און נאכאמאל, מען דארף זיין שטרענג און אויך הארציג.


ביי די שבת ליכט, און אויך ווען איר שיידט אפ חלה, און אזוי אויך ווען מען היט די הלכות וכו' - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף אייער שפראך אז די קינדער זאלן זיין ערליך און זיי זאלן זיין געזונט און שטארק, און ווען מען ציט זיי אויף זאלן זיי נישט ארויסנעמען די גאנצע כוחות פון טאטע מאמע.


מען קען שטענדיג בעטן דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער הערט אויס אונזערע תפילות, דאך איז דא מינוטן וואס איז אן 'עת רצון', וואס דעמאלט ווערן אנגענומען די תפילות שנעלער; ביי פרויען איז דאס ווען זיי טוען די מצוות פון נדה, חלה און הדלקת הנר, דעמאלט וועט נישט זיין (שבת לב.): "מתות יולדות" (לפי הגירסא מתות 'ילדות'), זיי וועלן האבן כח צו די קינדער; אז מען וועט זיין נזהר צו בעטן דעם אייבערשטן ביי די דריי מצוות עס זאל זיין גרינג דאס אויפברענגען די קינדער, און מען זאל זוכה זיין צו הייליגע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.