בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אז דיין ווייב איז נישט רואיג מיט די זאך וואס בוני עולם וויל מאכן - זאלסטו עס נישט מאכן, ווייל קינדער איז א זאך וואס דער אייבערשטער געבט; קינדער קען מען נישט געבן, קינדער קען מען נישט מאכן, נאר דער אייבערשטער אליינס געבט קינדער; נאר וואס דען, אויב די ווייב זאגט אז זי וויל טון עפעס, זי וויל גיין צום דאקטער, זי וויל גיין צו בוני עולם, זי וויל טון, זי וויל מאכן, זי וויל נישט ווארטן - דעמאלט טוט מען אלעס וואס מען קען, פארשטייט זיך נאר מיט דעת תורה. אבער אין דיין פאל וואס דיין ווייב איז אינגאנצן נישט צופרידן מיט די זאכן פון בוני עולם, איז ווער שטופט דיר צו טון די אלע זאכן? פארוואס דארפסטו דאס טון? איז דאך בעסער דו זאלסט נאכאמאל גיין צום אייבערשטן, נאכאמאל גיין צום פושקע, אריינווארפן אפאר פרוטות און בעטן: "תן לי בנים - באשעפער געב מיר קינדער" (ספר המידות אות צדקה חלק ב', סימן יד; תפלה חלק ב', סימן ט).
גיי נישט צוריק צו זיי, עס פעלט בכלל נישט אויס; איין קאפיטל תהלים מיט הייסע טרערן טוט מער אויף ווי דאס וואס זיי ווילן מאכן מיט ענק, אפאר ווערטער צום אייבערשטן פון הארץ איז מער ווערד פון די גרעסטע דאקטורים; זאלסטו גארנישט מאכן.
איך האף דו וועסט זיך שטארקן, דו וועסט נאכאמאל צוריק גיין צום אייבערשטן, אים בעטן בתמימות ובפשיטות מיט רחמים ותחנונים: "הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיר, העלף מיר אייבערשטער איך זאל געהאלפן ווערן מיט קינדער, העלף מיר בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן"; אזוי זאלסטו בעטן טאג נאך טאג, און אפילו הונדערט מאל א טאג - ביז דו וועסט געהאלפן ווערן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.