בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
דאנקט דעם אייבערשטן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט אייך, איר האט אזויפיל גוטס; איר האט א טייערער מאן מיט ליכטיגע קינדער, די גאנצע משפחה איז געזונט, אלע זענען וואויל און ערליך.
ווען מען לעבט מיט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן איז דער לעבן א 'גן עדן' לעבן, דאס לעבן ווערט יעדע מינוט בעסער און זיסער; דאס מאכט מען זאל ווערן נאנט צום אייבערשטן, מען הייבט אן שפירן א זיסקייט וואס מען האט נאך קיינמאל נישט געשפירט פון פארדעם.
בנוגע אייער מאן נרו יאיר; ער איז א טייערער אינגערמאן, ער וויל זיין גוט, ער זוכט עצות צו ווערן בעסער, ער פרעגט מיר כסדר ווי אזוי ער קען האבן דאס בעסטע שלום בית, ער וויל זיין א גוטער מאן. איר קענט אים ברענגען נענטער אז איר וועט אים אנטקעגן קומען; איר וועט אים נאר אויפהייבן, אויסרומען, געבן אסאך גוטע ווערטער; דורכדעם וועט ער ווערן א נייער מענטש, ער וועט נאר זיין אין שטוב, ער וועט אייך נישט אפלאזן.
בנוגע ברסלב וכו'; נעמט נישט קיין נייע חבר'טעס, בלייבט מיט אייערע חבר'טעס, בלייבט אויף אייער וועג. ברסלב איז נישט א פלאץ, א סביבה; ברסלב איז א שכל, ברסלב איז התחזקות; מען דארף זיך נישט טוישן צו זיין ברסלב. אז אייער מאן האט אנגעהויבן לעבן זייט ער האט זיך דערוויסט פון רבי'ן, דארף מען נישט אפהאקן מיט די משפחה, מיט די חבר'טעס.
איך בעט אייך זייער איר זאלט אים מחזק זיין, ער זאל שפירן ווי איר שעצט אים, ער זאל שפירן אז איר קוקט ארויף אויף אים; ווייל וויאזוי איר וועט קוקן אויף אים – אזוי וועט ער זיין. א קלוגע פרוי קען ארויפברענגען איר מאן צו זייער שיינע מדריגות, ווייל ווען דער מאן שפירט חשוב, ער שפירט 'מיין ווייב האלט פון מיר, מיין ווייב קוקט ארויף אויף מיר' – טראגט דאס אים אויף גוטע פלעצער.
שטארקט אייך, גייט אן מיט אייער שטוב ארבעט; מחנך זיין די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, פרובירט מיט אלע אייערע כחות צו זיין פרייליך און פרייליך מאכן די גאנצע שטוב.
והעיקר בעטס דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס איר דארפט; שמועסט מיט אים, דערציילט אים אלעס וואס ליגט אייך אויפ'ן הארץ, דאס איז די עצה פאר אלע פראבלעמען, דער רבי רופט דאס "התבודדות"; דאס היילט אלעס.
דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח צו זיין א געטרייע ווייב און מאמע.