בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ביסט גערעכט, מעגן מעג מען וכו'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים כ:), א פרוי איז געקומען צו רבי, זי דערציילט אז איר מאן מאכט וואס ער וויל וכו', האט רבי געזאגט: "איך קען דיר נישט העלפן, די תורה לאזט אים וכו'"; אבער פרייליך און זאט ווערט מען נאר פון די הייליגע תורה און פון טון מצוות, עס העלפט נישט.
אז דו ווילסט זיין א צופרידענער, א פרייליכער - איז דאס נאר אז דו וועסט לערנען שיעורים אין משניות, גמרא, און אזוי ווייטער אויפן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און אז דו וועסט זיך מתבודד זיין, דו וועסט דערציילן דעם אייבערשטן דיין יוגנט, וואס דו ביסט אריבער און וואס דו גייסט נאכאלץ אריבער, דו וועסט בעטן און בעטן, ביז דו וועסט רייניגן דיין מח מחשבה.
לויף נישט נאך דיין ווייב; ווי מער מען לויפט נאך די ווייב - פארלירט מען דאס חשיבות אין אירע אויגן, די סדר אין שטוב דרייט זיך אויס, ביז זי הויבט אן שאפן אויפן מאן וואס דאס איז נישט גוט; לויף נאך די תורה, לויף נאך טון מצוות, און אודאי זאלסטו העלפן אין שטוב מיט די קינדער, און חס ושלום נישט וויי טון די ווייב, אבער נישט נאכלויפן.
עס איז שווער ארויס צו שרייבן מפני הצניעות, איך האף דו פארשטייסט און דו וועסט פאלגן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.