בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7 - נאר אז מען לערנט תורה איז מען פרייליך און צופרידן
שמחה, לימוד התורה, שיעורים כסדרן, סיפוק, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב גאר גוטע זכרונות פון דיר אין ישיבה, ווי דו לערנסט דיינע שיעורים; חומש איינגעטיילט אויף די וואך, משניות און תהילים.


איך האף צום אייבערשטן אז דו האלסט אן דאס לערנען תורה; חומש, משניות און תהילים.


טייערער ברודער, נאר אז מען לערנט תורה – איז מען פרייליך, נאר אז מען לערנט תורה איז מען צופרידן מיט זיך אליינס, מיט די ווייב און קינדער.


אויך זאלסטו רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג אפאר ווערטער אין דיין שפראך – אידיש; בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה.


איך בענק נאך דיר.

#6 - איינער שפירט אזוי גוט און פרייליך, און דער אנדערער שפירט גארנישט
תפילה והתבודדות, שמחה, תודה והודאה, סיפוק

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א רחמנות אויף מענטשן, מען זוכט די פלאץ אין די וועלט וואו מען איז פרייליך; די מענטשן פון ניו יארק פארן קיין פלארידע – און די מענטשן פון פלארידע קומען זיך אפרוען קיין ניו יארק. נאכדעם פרובירט מען צו פארן דארט, און נאכדעם דארט... ווען דער רבי איז אונז מגלה אז אלעס איז אין הארץ. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצא): "עִקַּר הַרְגָּשַׁת תַּעֲנוּג, הַכֹּל הוּא בַּלֵּב", אלע פארגענוגן איז אין הארץ, איינער קען זיצן נעבן זיין חבר, איינער שפירט אזוי גוט, אזוי פרייליך, אזוי דערהויבן און דער אנדערער שפירט גארנישט.


מען דארף נאר פאלגן דעם רבי'ן, גיין שפאצירן מיטן אייבערשטן, זיך אויסרעדן צו אים און אים דאנקען טאג נאך טאג, ביז מען הויבט אן שפירן אלע שלש מאות ועשרה עולמות, טעם גן עדן.


שרייב מיר אויב דו גייסט יעדן טאג התבודדות, וואו? ווילאנג?

#5 - עקסערסייז קלאסן קען מען מאכן נאר אויב ס'איז מיט צניעות
צניעות, שמחה, סיפוק, עקסערסייז

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אויב איר מאכט אין שטעטל אן עקסערסייז קלאס פאר פרויען און מיידלעך - קען עס נאר זיין בצניעות; אז אלע וואס צאלן געלט צו קומען צו די קלאס - קומען איידל אנגעטון, ווי עס פאסט פאר אידישע טעכטער. קיינער מוז נישט קומען, אבער ווער עס קומט - קומט אנגעטון איידל, מען רעדט איידל, מען פארברענגט און מען האט הנאה, און נאר אויב עס וועט זיין מיט צניעות – וועט איר האבן הצלחה. אויב וועט זיין ביי אייך אין שטוב א פלאץ פון פריצות - וועט נישט זיין קיין הצלחה, און אייער שטוב וועט חרוב ווערן חס ושלום.


עס זענען דא צעבראכענע ווייבלעך, צעבראכענע מיידלעך פון צעבראכענע שטיבער וואס זענען נישט צופרידן מיט זיך, א שאד; וואלט מען געטון די עצות פון רבי'ן, בעטן יעדן טאג צו זיין פרייליך - וואלט מען געזען גרויסע ניסים, מען וואלט אנגעהויבן שפירן א טעם אין לעבן, מען וואלט נישט געלאפן צו די גוי טמא זיך אנטון ווי זיי.


אז מען וועט קומען ביי אייך מאכן עקסערסייז מיט הויזן אדער לעגינגס און רעדן ניבול פה - וועט נישט זיין קיין הצלחה, און עס קען שאטן פאר אייער שטוב.


הויזן פאר פרויען און מיידלעך איז פריצות; אפילו ביים שלאפן און אפילו ביי עקסערסייז. אזוי אויך לעגינגס פאר א פרוי און מיידל איז אן עקל, א גרויל, און יעדע זאך וואס מען טוט ביי אונז אין די קהילה וואס איז אונטער מיין נאמען - דארף מען קומען אנגעטון איידל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 

#4 - קענסט אלעס טון, אבער פרייליך און צופרידן ווערט מען פון תורה און מצוות
שמחה, שלום בית, סדר דרך הלימוד, הדרכות, חמרות ופרישות, סיפוק, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביסט גערעכט, מעגן מעג מען וכו'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים כ:), א פרוי איז געקומען צו רבי, זי דערציילט אז איר מאן מאכט וואס ער וויל וכו', האט רבי געזאגט: "איך קען דיר נישט העלפן, די תורה לאזט אים וכו'"; אבער פרייליך און זאט ווערט מען נאר פון די הייליגע תורה און פון טון מצוות, עס העלפט נישט.


אז דו ווילסט זיין א צופרידענער, א פרייליכער - איז דאס נאר אז דו וועסט לערנען שיעורים אין משניות, גמרא, און אזוי ווייטער אויפן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און אז דו וועסט זיך מתבודד זיין, דו וועסט דערציילן דעם אייבערשטן דיין יוגנט, וואס דו ביסט אריבער און וואס דו גייסט נאכאלץ אריבער, דו וועסט בעטן און בעטן, ביז דו וועסט רייניגן דיין מח מחשבה.


לויף נישט נאך דיין ווייב; ווי מער מען לויפט נאך די ווייב - פארלירט מען דאס חשיבות אין אירע אויגן, די סדר אין שטוב דרייט זיך אויס, ביז זי הויבט אן שאפן אויפן מאן וואס דאס איז נישט גוט; לויף נאך די תורה, לויף נאך טון מצוות, און אודאי זאלסטו העלפן אין שטוב מיט די קינדער, און חס ושלום נישט וויי טון די ווייב, אבער נישט נאכלויפן.


עס איז שווער ארויס צו שרייבן מפני הצניעות, איך האף דו פארשטייסט און דו וועסט פאלגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - אז דו וועסט נישט היטן די אויגן, וועסטו אלעס פארלירן
תפילה והתבודדות, שמחה, קדושה, אמונה, משפחה, בזיונות, מאוויס, עבירות, חסד, תכלית, ישיבה, מנהגים, ראש ישיבה, שמירת עינים, דאווענען, קשיות, פרויען צאמקום, ניחום אבלים, הצלה, סיפוק, יום כיפור קטן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן האב איך זיך זייער נישט גוט געשפירט, עס האט געהייסן איך וועל אויפנעמען אינגעלייט, אזוי ווי געווענליך יעדע זונטאג נעם איך אויף די חתונה געהאטע תלמידי הישיבה, אבער איך האב נישט געקענט, איך האב שווער געאטעמט, איך בין פארקילט.


דיר בעט איך זייער, היט דיינע אויגן; קוק נישט קיין שמוציגע בילדער, עקעלדיגע ווידיאוס. אויב מען איז מפקיר די אויגן - פאלט מען אראפ אין די שרעקליכע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. די עבירה הרג'עט דעם מענטש, מען פארלירט אלעס; מען פארלירט די פרנסה, מען פארלירט די ווייב מיט די קינדער, מען פארלירט די טעם פון דאווענען און לערנען, ועל כולם פארלירט מען די הייליגע אמונה; מען ווערט אנגעפילט מיט קשיות אויפ'ן הייליגן באשעפער, אלץ דורך די עבירה פון פגם הברית.


דו ווייסט דאס אז יעדער גנב לאזט נאך פיס טריט אונטער זיך, נישטא אזא זאך איינער זאל זיך קענען ארויסדרייען, ביים סוף קומט מען אן אין תפיסה. אזוי אויך, ווער עס באהאלט זיך מיט אן עבירה מיינט אז ער קען זיך באהאלטן, אבער ביים סוף קומט ארויס די סוד, דעמאלט איז גאר ביטער, מען ווערט פארשעמט פאר אלעמען; די ווייב אנטלויפט, און אפילו מען וועט איר זאגן נישט אנטלויפן האט דאס שוין יענע טעם, יענץ פנים; זי קען נישט לעבן מער אינאיינעם וכו' וכו', די קינדער שעמען זיך פון אזא טאטע, און אזוי ווייטער, דעריבער זאלסטו שוין באצייטנס אפלאזן אלע דיינע קשרים וכו'.


זוך דיר נישט קיין צרות. אפילו ווען דו ווילסט טון א חסד וכו' - זאלסטו טון חסד מיט מענער, און דיין ווייב זאלסטו לאזן טון חסד מיט פרויען, דו געב אכטונג פאר דיין לעבן. דערפאר האב איך גרויס חשק אין שטעטל אז פרויען זאלן זיך אויסלערנען צו קענען ראטעווען לעבנס, ווייל די שטעטל איז קליין, אלע קענען זיך, איז וואס פעלט אויס אינגעלייט זאלן זיך באשעפטיגן מיט זיי; ענדערש זאלן פרויען טון חסד מיט פרויען און מענער מיט מענער.


איך בין נעכטן געווען מנחם אבל זיין מיין מחותן, דער שווער פון אונזער מנהל ר' מרדכי אינדיג נרו יאיר, הרב ..., ער זיצט שבעה נאך א ברודער זיינע, טאטע פונעם מלמד ...; וואס זאל איך דיר זאגן, מען זעט ממש וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן, מען גייט מנחם אבל זיין, דארט הערט מען נאר רעדן פון תורה, תפילה און תמימות; קיינער רעדט נישט פון קיין געלט, מען רעדט נישט פון הייזער, מען רעדט נאר דבורי תכלית.


ביינאכט האב איך זיך שוין בעסער געשפירט, בין איך צוריק אין ישיבה פארלערנען דעם בלאט גמרא. אם ירצה ה' מיטוואך זענען מיר מסיים מסכת כתובות און מען הויבט אן מסכת נדרים.


זאג דיינע בחורים זאלן קומען אין ישיבה מיט א מסכת נדרים, און אויב דיין בחור האלט מיט די הלכה שיעור - זאל ער ברענגען א הלכות שבת, מען גייט לערנען סימן שי"ח - הלכות בישול. און דיינע יונגערע בחורים זאלן אויך ברענגען מסכת סוכה.


היינט זאגט מען נישט יום כיפור קטן, וסימנך מלבד ח'ט'א'ת הכיפורים, יעדע ערב ראש חודש זאגט מען יום כיפור קטן, אויסער די פיר חדשים וואס איז ראשי תיבות חטא"ת: ח'שון ט'בת א'ייר און ת'שרי - זאגט מען נישט יום כיפור קטן.


היינט נאכט וועט זיין די פרויען צאמקום, מען האט צעטיילט די צאמקום, מען קען מיטהאלטן די שיעורים סיי אין בית המדרש עצתו אמונה און סיי אין בית המדרש אשר בנחל; זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען גיין שעפן פרישע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווען מען איז מקנא די וואס האבן א סמארטפאון
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, קנאה, דרשות, סמארטפאון, היכל הקודש, תכלית, סיפוק, בחירה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר שרייבט, איר שפירט אז די אלע וואס האבן א סמארטפאון - די האבן א געשמאק אין לעבן און איר זענט זיי מקנא.


ערשטנ'ס, איך צווינג אייך וואס צו טון? איך לאז אייך נישט האבן א טעלעפאן?!


צווייטנ'ס, איך האב באקומען פון אייך אזויפיל בריוון וואו איר בעט מיר איך זאל מחזק זיין אייער מאן נישט צו האבן אזא טעלעפאן, איר האט צו מיר געוויינט וועגן דעם, וואס קען איך אייך העלפן יעצט?


איך וועל אייך נישט אוועקווארפן אז איר וועט זיך קויפן א טעלעפאן, ביי אונז אין די קהילה זענען דא משפחות וואס האבן א טעלעפאן; מאכט התבודדות, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט וויסן וואס צו טון.


התבודדות איז פאר יעדן איינעם; די וואס האבן טעלעפאונס קענען דאס נוצן, און אויך די וואס האבן נישט קיין טעלעפאן; התבודדות קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זיין פרייליך, דער עיקר הצלחה איז - ווען מען איז פרייליך.


בעטס די תפילה יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין צופרידן מיט מיר, איך זאל דיר שפירן, העלף מיר איך זאל קיינעם נישט מקנא זיין, איך זאל וויסן אז איך בין חשוב ביי דיר, אמן".


יעצט וועט איר שוין פארשטיין אייער צווייטע פראגע, וועגן בחירה; איר שרייבט אז עס איז נישטא קיין בחירה, ווייל מען שרעקט אזוי אן מיט עונשים, אז מען מוז טון אזוי און אזוי וכו'; דאך איז דא א בחירה, נאכן הערן אזויפיל דרשות פון דאס שעדליכקייט פון האבן אין שטוב א טעלעפאן, נאכן אליינס בעטן יארן אז אייער מאן זאל דאס נישט האבן - האט איר נאכאלץ די בחירה יא אדער ניין.


די בחירה איז אזוי שטארק, דער רבי האט געזאגט: "א מענטש קען האלטן א מת אין האנט, ער טראגט א טויטן מענטש צו די קבורה, און ער זעט א פרוי - ווארפט ער אראפ דעם מת און לויפט צום נסיון"; איי טיפש, זעסט דאך דאס סוף פונעם לעבן, דאך איז די בחירה, די נסיון - אזוי גרויס, אזוי שטארק!


איך האף איר וועט בוחר זיין בטוב, איר וועט נישט ארייננעמען אין אייער האנט א טעלעפאן וואס איז גע'אסר'ט דורך אלע גדולי ישראל.


בנוגע מקנא זיין מענטשן; עס ווענדט זיך מיט וואס, אן ערליכער איד מעג מען מקנא זיין. ווען איך זע אן ערליכער איד - ווער איך אזוי צעריסן אין מיר, איך הויב גלייך אן מאכן תפילה, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד, דאס איז גוטע קנאה, ווען מען זעט איינעם מיט גוטע מדות - מעג מען בעטן דעם אייבערשטן: "איך וויל אויך גוטע מדות".


רבי נתן האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן: "נישטא וועם צו מקנא זיין, יעדער האט צרות און יסורים, נאר אן ערליכער איד דארף מען מקנא זיין; און אויב דו ביסט דער ערליכער איד - זאגט אים רבי נתן - בין איך דיר מקנא".


זייער גוט טוט איר אז איר אינטערעסירט זיך נאך א שיעור אין בית פיגא וואס מען האט גערעדט, און זייער גוט אז איר גייט צו שלש סעודות מיט נאך ווייבלעך, מען רעדט פון מעשיות פון תפילה, מעשיות פון צדיקים, שיינע זאכן וואס מען באקומט אין היכל הקודש. אזוי איז געווען ווען מוהרא"ש האט געלעבט, ווען מיר האבן געהערט אז מוהרא"ש איז געווען ערגעץ וואו און גערעדט, האבן מיר זיך אינטערעסירט און געשלינגען נאך א ווארט און נאך א ווארט מיט דורשט.


דאס וואס איר שרייבט אז אין אנהויב ביים מקורב ווערן אין היכל הקודש האט איר געטראכט 'דא איז א גוטע פלאץ צו זיין, מען קען אלעס טון מיט'ן אייבערשטן', און צוביסלעך זעט איר אז מען טאר גארנישט טון, נאר צוויי זאכן קענען פרויען טון אין היכל הקודש, רעדן צום אייבערשטן און זיין גרייט פאר די מאן וכו'; איר האט פרובירט צו לעבן מיט די צוויי זאכן, איר האט געוואלט שפירן די געשמאקע לעבן, ווי מען לייגט דאס אראפ ביי די שיעורים, און איר צווינגט זיך צו דעם.


בעטס אויף דעם אליינס דעם אייבערשטן, איר זאלט האבן א טעם אין לעבן מיט'ן מאן, א טעם אין לעבן ביים דינען דעם אייבערשטן.


אויך זאלט איר איינטיילן די התבודדות; עס זאל נישט זיין נאר בעטן און וויינען, מען דארף דאס באלאנסירן, מען דארף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן און אויך בעטן.


דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן איז אזוי שטארק - מען באקומט שטארקע נערווען, עס געבט שטארקע כוחות.

#1 - א שווערע נסיון זיך צו היטן די אויגן, אבער עס לוינט זיך
שמחה, סגולות, פרנסה, שמירת עינים, סיפוק

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


אז דו ווילסט שפע, עס זאל זיך גיסן שפע, דו זאלסט האבן בריווח, נישט בצמצום – זאלסטו היטן דיינע אויגן, אז מען היט זיך די אויגן – קומט שפע.


מוהרא"ש זאגט אויפ'ן פסוק (תהלים קמה, טו): "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ, וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ", 'יְשַׂבֵּרוּ' – קען מען ליינען מיט א שׁין 'יְשַׁבֵּרוּ', א לשון פון שבירה, דעמאלט "וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ" – קומט שפייז אין צייט.


עס איז א שווערע נסיון זיך צו היטן די אויגן, אבער עס לוינט זיך, מען האט אלעס אין לעבן; מען האט אמונה, שמחה, צופרידנקייט, שלום בית, געדולד צו די קינדער, מנוחה און ישוב הדעת.


שרייב מיר דיינע סיומים.