בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - רעד מיט די בחורים וואס האבן נישט קיין חברים
חברים, שידוכים, בזיונות, מדות טובות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


עס האט מיר זייער וויי געטון די מעשה וואס האט פאסירט, דו האסט געכאפט פעטש פון וכו'; דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף דיר און אננעמען די בזיונות און דיר געבן א גוטע שידוך.


ביי מיר ביסטו זייער חשוב, איך האב דיר זייער ליב; זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם, בלייב שטארק מיט דיין עבודת הקודש; סיי מיט דיינע שיעורים כסדרן און סיי מיט העלפן די ישיבה.


מאך זיך א צייט צו רעדן מיט די בחורים וואס האבן נישט קיין חברים, דאס איז די גרעסטע מצוה. איך האב באמערקט אז דו האסט א גוטע ווייכע הארץ, דו ביסט גוט פארדעם. די הייליגע חכמים זאגן (מגילה ג:) מת מצוה קומט פאר אלע מצוות, עס איז די גרעסטע זאך אויף די וועלט.