בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אז דיין ווייב זאגט דיר זאלסט אונטערשרייבן אז דו פארסט מער נישט קיין אומאן אויף ראש השנה, ווייל זי שפירט אז זי איז נישט אזוי חשוב ביי דיר, דו האלסט דעם רבי'ן חשוב'ער ווי איר – זאלסטו איר אודאי אונטערשרייבן אז דו פארסט נישט קיין אומאן, אבי עס זאל זיין שלום, און דו זאלסט איר האלטן זייער טייער, זאלסט איר געבן נאר גוטע ווערטער און זיך זארגן פאר איר אז זי זאל זיך שפירן די נענסטע צו דיר.
א אינגערמאן האט מיר דערציילט, נאך די חתונה האט ער אזוי סאך גערעדט צו זיין ווייב פון אלוקית ביז זיין ווייב פרעגט אים איין טאג: "וועם דארפסטו מער, מיך אדער אלוקית?" האט ער געזאגט: "אודאי אלוקית"; דער איד זאגט מיר: "עד היום לייד איך פון דעם..." ער האט נישט געכאפט דעם לימוד וואס דער רבי לערנט אונז, ער האט נישט געהאט מוהרא"ש זאל אים עפענען די אויגן ווי אזוי צו לעבן מיט די ווייב. מוהרא"ש לערנט אונז, מיט א ווייב רעדט מען אירע זאכן, מען לאזט זיך אראפ, מען רעדט פון קליידער, פון איינקויפן, פון שיך און שטרומפ, וואס זענען די זעלבע קאליר וכו' וכו' און מען ווארפט אמאל אריין ברעקלעך אמונה, מעשיות פון השגחה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כג:) עס איז געווען א צדיק רבי יונה, ווען מען האט געדארפט אין שטוב עסן האט ער געזאגט פאר זיין ווייב אז ער האט גייט איינקויפן, און למעשה איז ער געגאנגען התבודדות; ער האט זיך באהאלטן אין א טיפע טאל און דארט האט ער זיך גוט אויסגעוויינט צום אייבערשטן, און שפעטער איז ער צוריק געקומען, האט ער מיט איר גערעדט איר שפראך, נישט פון אלוקית, נישט העכער פון איר דרגא; ער האט גערעדט די ביזנעס שפראך, אז ער זעט אז די פרייז גייט פאלן, טראכט ער ענדערש זאל מען איינקויפן מארגן.
שרייב אונטער פאר דיין ווייב. איך געדענק ביי מוהרא"ש אזא מעשה, איך בין געווען אין צימער ווען איינער פון אנשי שלומינו איז געקומען וויינען צו מוהרא"ש נאך ראש השנה אז זיין ווייב האט זיך אפגעשיידט פון אים, זי וויל מער נישט לעבן מיט אים - ביז ער זאגט צו אז ער פארט מער נישט קיין אומאן, זי פארלאנגט ער זאל אונטער שרייבן אז ער גייט מער נישט פארן קיין אומאן.
מוהרא"ש האט אים געזאגט: "אודאי זאלסטו אזוי טון, זאג איר צו אז דו פארסט מער נישט קיין אומאן"; מוהרא"ש האט אים געזאגט: "ווען דו זאגסט צו - זאלסטו טראכטן, דו זאגסט צו דו פארסט מער נישט, פינטל". אזוי ווי יעקב אבינו האט געזאגט פאר זיין טאטע יצחק (בראשית כז, יט): "אָנֹכִי עֵשָׂו בְּכֹרֶךָ", זאגן די הייליגע חכמים (תנחומא הישן, ט; הובא ברש"י) ער האט געזאגט "אָנֹכִי", איך בין, פינטל, איך בין ווער איך בין, "עֵשָׂו בְּכֹרֶךָ", עשיו איז דיין בכור. מוהרא"ש זאגט אים: "דו טראכט, איך זאג צו איך פאר נישט מער", פינטל, וואו? צו די לבנה, און מוהרא"ש זאגט אים: "זאלסט טאקע מער נישט פארן צו די לבנה, קיין אומאן אויף ראש השנה פאר איך יעדע יאר"; מוהרא"ש האט געשמייכלט, און ברוך השם יענער אינגערמאן איז צוריק מיט זיין ווייב און ער פארט יעדעס יאר קיין ראש השנה, מיט דעם וואס ער האט צוגעזאגט.
מען דארף טון אלעס אויף דער וועלט עס זאל זיין שלום אין שטוב, און אז די ווייב איז אנגעגעסן אויף ברסלב, זי שפירט אז דו דארפסט איר נישט און זי זאגט אז ברסלב איז שולדיג אין דעם - זאלסטו איר איבערבעטן און טון אלעס אויף דער וועלט אז זי זאל דאס נישט שפירן, זי זאל שפירן אז זי איז נומער איינס ביי דיר.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גמר חתימה טובה.