בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
טייערער יואל מנחם גרשון נרו יאיר
בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי ביים טיש איז דא שיינע שבת לעכט און ווי אין דער זייט שטייט א פרוי, איידל אנגעטון, אביסל פארוויינט, און ביים אויבן אן פון טיש זיצט א צדיק און לערנט, און הייבט אויף די הענט, אזוי ווי מען בעט דעם אייבערשטן מיט די הענט צום הימל.
גרייט אן די מעשה'לעך פאר שבת חנוכה, די מעשה פון מסכת תענית, ווי די טאכטער פון רבי חנינא בן דוסא האט געצינדן די שבת לעכט בטעות מיט עסיג, און ווי איר טאטע האט איר געלערנט צו בעטן אויך אויף דעם, און עס האט טאקע פאסירט די מעשה פון תפילה.
אלע קינדער זינגען: "מעשה'לעך פאר קינדערלעך, צו לערנען ווי אזוי מען קען זיין ערליך, רעדן פון צדיקים איז די זאך, אזוי פון באשעפער מען טראכט".
פארוואס וויינט זי? עס איז שרעקעדיג צו זען א מאמע וויינט, אפשר האט איר איינער פארשעמט? אפשר טוט איר קאפ וויי...? קוק, זי גייט צו איר טאטע דער גרויסער צדיק רבי חנינא בן דוסא; לאמיר הערן וואס דא גייט פאר.
"טאטע... טאטע..." כליפעט זי, "יא טאכטער'ל, וואס קען איך דיר העלפן? פארוואס וויינסטו?" פרעגט דער טאטע, זאגט זי: "איך האב געצינדן די הייליגע שבת לעכט, איך האב געוואלט לייגן אין די לייכטער אויל פון איילבירטן, שמן זית, און עס האט פאסירט א טעות, עס איז פארטוישט געווארן מיט עסיג, יעצט נאכן אנצינדן די לעכט שמעק איך דא די שלעכטע עסיג גראך, און עסיג ברענט נישט מער ווי אפאר מינוט, יעצט וועט זיין טינקל אין שטוב, איך וויל מיינע שיינע שבת לעכט זאלן ברענען ביז נאך די סעודה, אוי וויי... אוי וויי..."
דער היייליגער צדיק רבי חנינא בן דוסא זאגט איר: "טאכטער'ל זיי נישט דערשראקן, זיי נישט צעבראכן, מיר קענען בעטן דעם אייבערשטן ער זאל מאכן א נס די עסיג זאל ברענען, ווייל דער וואס מאכט אז אויל זאל ברענען וועט מאכן אז עסיג זאל ברענען...לאמיר בעטן אינאיינעם "הייליגער באשעפער, העלף אז די שבת לעכט זאל ברענען, עס זאל זיך נישט פארלעשן, און אזוי ווי דו האסט געמאכט די טבע פון די וועלט אז אויל – שמן זית – ברענט, אזוי זאלסטו אונז העלפן עס זאל ברענען די שבת לעכט פון עסיג, מיר זאלן האבן א שיינע פרייליכע שבת'דיגע סעודה".
קינדער עס האט פאסירט א נס, די לעכט האט געברענט, עס האט געברענט ביי די גאנצע סעודה, אויך שבת אינדערפרי ווען מען איז אויפגעשטאנען האט נאך געברענט די לעכט, עס האט געברענט ביז מוצאי שבת, מען האט גענומען פון די לעכט פייער אנצוצינדן די הבדלה לעכט.
טייערע קינדער מיר לערנען זיך פון די מעשה אז מען קען בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך, אפילו זאכן וואס זעען אויס אז עס קען נישט פאסירן; מען דארף גלייבן אין תפילה, און אז מען בעט און מען גלייבט אין תפילה - זעט מען ניסים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.