בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שטארק זיך און דערהאלט זיך
תפילה והתבודדות, שידוכים, התחזקות, נסיונות, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב.


א שאד דו ליינסט נישט די וועכנטליכע בריוו פון ספר עצתו אמונה און די וועכענטליכע בריוו פון ספר איש אמונות; עס ליגט אזויפיל חיזוק אין די בריוו, אזויפיל עצות און שכל אין די בריוו. שכל פון מוהרא"ש, שכל פון הייליגן רבי'ן; דו וועסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין דיין לעבן.


איך בעט דיר זייער טייערער ... נרו יאיר, דערהאלט זיך, שטארק זיך; נאך אביסל וועסטו חתונה האבן, דו וועסט אויפשטעלן דורות. יעצט איז טאקע שווער, ביסט אליינס, דו האסט שווערע נסיונות; דער יצר הרע קומט צו דיר יעדן טאג מיט אן אנדערע וועג דיר אראפ צו ווארפן, עס ברענט אין דיר די נסיונות - דאך בעט איך דיר טייערער ..., הייב זיך אויף, קום צוריק.


דער רבי האט אונז געגעבן א וועג ווי אזוי מיר קענען זיך אויפהייבן, ווי אזוי מיר קענען ווייטער גיין; די וועג פון תפילה והתבודדות, די וועג פון אונזערע אבות הקדושים - אברהם, יצחק און יעקב, זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך.


טו דאס, פיר זיך מיט די עצה; גיי יעדן טאג אין א שטילע פלאץ, שמועס מיט'ן אייבערשטן, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך; דערצייל אים דיינע נסיונות. דו וועסט זיך שפירן אזוי גוט, דו וועסט שפירן א טעם וואס דו האסט נאך קיינמאל נישט געשפירט; די טעם וואס מען שפירט ווען מען רעדט צום אייבערשטן איז א טעם פון גן עדן.


מאך זיך א שיעור אין די בריוו, דו וועסט טרעפן פונקט די בריוו וואס איז נוגע פאר דיר.


איך דארף ענדיגן דעם בריוו, איך דארף אריין גיין צו די בחורים, זיי ווארטן אויף מיר.


איך האב דיר ליב.