בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו ב', שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ד לפ"ק
לכבוד ... נרו יאיר
די וואך שבת איז די ערשטע שבת פון שנת תשפ"ד, זאלסטו זיין זייער פרייליך, ווייל אלעס גייט לויט די אנהויב; אז די אנהויב איז פרייליך - וועט שוין זיין פרייליך אלע שבתים. דער רבי האט אונז זייער אנגעזאגט מיר זאלן זיין שבת זייער זייער פרייליך (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז).
די וואך שבת איז שבת תשובה, מיר ליינען די הפטורה פון שובה ישראל. דער נביא זאגט (הושע יד, ג) טוט תשובה, "קְחוּ עִמָּכֶם דְּבָרִים וְשׁוּבוּ אֶל ה'"; מיט תורה ותפילה קען מען תשובה טון, זאלסטו שוין אנהויבן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא און א פרק משניות און בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער איך וויל היינט עפענען די הייליגע גמרא און די משניות", און אפילו דו פארשטייסט נישט די ווערטער וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן די ווערטער; דאס וועט דיך מטהר זיין.
אויך זאלסטו זיך שטארקן אין גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, און אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין יעדן טאג אפאר מינוט.
בעט זיך איבער מיט יעדן איינעם, און אז דו האסט וויי געטון דיינע עלטערן - זאלסטו זיי איבערבעטן, און אז דו טשעפעסט דיין ווייב - זאלסטו איר איבערבעטן, וועט דיר דער אייבערשטער מוחל זיין.
שבת זאלסטו זיין פרייליך. שלאג נישט דיינע קינדער, אוי ואבוי אויב מען שלאגט די קינדער; עס מאכט נאר ערגער דעם מצב, פראסקען איז בכלל נישט קיין חינוך, ענדערש זאלסטו רעדן צו זיי נאכאמאל און נאכאמאל.
א פרייליכן שבת.
א גמר חתימה טובה.