בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... תחי', תלמידת בית פיגא
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
דאס וואס איר שרייבט מיר אז איר האט א פחד, אז אייער עכטע טאטע גייט קומען צו אייער חתונה, איר טראכט אסאך פון דעם, איר דארפט אן עצה.
איך האב פאר אייך אן עצה, בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט מורא האבן פון מיין עכטע טאטע, הייליגער באשעפער העלף מיר אז איך זאל וועלן טרעפן מיין עכטע טאטע און אנהייבן מיט אים צו רעדן, הייליגער באשעפער העלף מיר אז אפילו איך וויל נישט טרעפן מיין עכטע טאטע, און אפילו עס זעט מיר אויס זייער שרעקעדיג - זאל איך נאכאלץ וועלן טון וואס איז ריכטיג און וויסן אז א טאטע און א מאמע איז זייער הייליג, און איך זאל וועלן האבן א שייכות מיט ביידע פון זיי".
טייערע תלמידה ... תחי', דאס וואס איר האט שרעק איז א נארמאלע זאך, ווייל ווען עלטערן גט'ן זיך און מען לעבט יארן מיט די מאמע, איז נארמאל פאר א קינד צו האבן א פחד צו טרעפן די טאטע, און איר האט אלע יארן נאר געזען אייער מאמע תחי', און איר האט קיינמאל נישט געזען אייער טאטע, איז נארמאל דאס וואס איר האט מורא און וואס איר טראכט: וואס גייט זיין אז איין טאג גייט אייער טאטע קומען? און וואס וועט זיין אז ער וועט קומען צו אייער חתונה? דאס מאכט אייך דערשראקן, און דאס מאכט אייך אומבאקוועם; אבער מיט תפילה, מיט בעטן דעם אייבערשטן - וועט אוועקגיין אלע אייערע שרעק, און אדרבה, איר וועט זיך וועלן טרעפן מיט אייער טאטע און לעבן בשלום מיט אים, און אויך מיט די מאמע.
שרייבט מיר נאך בריוו.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.