בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן
... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים
אייער טאטע האט מיר געשריבן אז ער האט נאר נחת פון אייך; איר זענט אים מכבד, איר העלפט אין שטוב.
אויך שרייבט ער אז איר זאגט תהלים, איר האט שוין מסיים געווען די צוואנציגסטע מאל ספר תהלים.
ער שרייבט מיר די ווערטער: "זי פירט זיך אויף צניעות'דיג אין איידל; אלע מיידלעך ווילן זיין גוט מיט איר, אויך אירע טיטשערס האלטן און איין פרעגן פון וואו זי נעמט אירע שיינע געדאנקען; זיי ווייסן נישט אז זי האלט מיט אלע שיעורים פון די האטליין 'קול ברסלב'".
איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גרוסן אויף אייך. די תלמידות אין בית פיגא בענקען זיך גאר שטארק צו אייך; אלע געדענקען אייך פון זומער, פון קעמפ מחנה בית פיגא.
שטארקט זיך מיט אייער שיינע אויפפירונג, זייט ממשיך מיט די איידעלע וועג, דאס איז די גרעסטע הפצה. תלמידות בית פיגא וואס פירן זיך איידל - דאס איז די גרעסטע הפצה; אלע פרעגן: 'ווער זענען די איידעלע דערוואקסענע מיידלעך?' אלע אינטערעסירן זיך; דאס איז מקרב נאך און נאך אידישע קינדער צום רבי'ן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.