שאלה אין קורצן ענין
#14 - פארוואס האב איך נישט געזען מרדכי הצדיק ביי די מגילה?
התחזקות, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, ספיקות, בלבולים, פורים, מגילה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פאריאר פאר פורים האב איך געזען צעטלעך געשריבן אין נאמען פון רבי נתן אז ווער עס וועט שרייען דרייסיג טאג פאר פורים, "הצילני מקליפת המן עמלק, וזכני לקדושת מרדכי ואסתר", וועט זוכה זיין צו זען מרדכי הצדיק ביי די מגילה. איך האב עס געשריגן פאר די גאנצע דרייסיג טעג פאר פורים, אבער איך האב גארנישט געשפירט עפעס ספעציעל ביי די מגילה. וואס איז פשט פון דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


צדיקים זאגן, עס לוינט זיך אראפצוקומען אויף די וועלט און עס זאל איבערגיין וואס גייט איבער - אבי זוכה זיין צו הערן איינמאל די הייליגע מגילה; עס האט נישט מיט וואס מען שפירט, אפילו מען שפירט גארנישט - איז דאס די בעסטע זאך פאר די נשמה.


מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט, עס איז געווען א איד וואס ביים צווייטן נאכט פסח נאכן סדר האט ער געליינט די מגילה, און ווען דער איד האט געענדיגט ליינען די מגילה האט ער דערזען פאר זיך שטיין א נשמה פון יענע וועלט. די נשמה דערציילט אז עס זענען דא נשמות אויבן אין הימל וואס זענען שוין אריבער דעם גיהנום און זיי זענען נאכאלץ נישט זוכה אריין צו קומען אין גן עדן ביז זיי וועלן האבן א ספעציעלע זכות. און יעדעס יאר ווען מען ליינט די מגילה עפנט מען אויף די טירן פון גן עדן, דעמאלט איז א צייט וואס אלע נשמות קענען אריינגיין אין גן עדן. אפאר חדשים פאר פורים קומען צו גיין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער נשמות ביים טיר פון גן עדן ווייל זיי ווילן שוין זוכה זיין צו קענען אריינגיין אין גן עדן, אבער וויבאלד עס נעמט נישט מער ווי אפאר שעה ווי לאנג מען ליינט די מגילה, איז נישטא גענוג צייט אז אלע נשמות זאלן קענען אנקומען אין גן עדן, דארפן זיי ווארטן אויפן קומענדיגן יאר ווען מען ליינט די מגילה.


זאגט די נשמה ווייטער: "איך פרוביר שוין אפאר יאר זיך צו שטעלן ביים טיר פון גן עדן כדי צו קענען אריינגיין, אבער אלעמאל פארמאכט זיך דער טיר פינקט פאר איך גיי אריין; די יאר האב איך זיך שוין כמעט אריינגעכאפט, אבער ממש פאר מיר האט זיך די טיר פארמאכט! האב איך זיך בארעכנט אז איך גיי נישט אוועק פון דא ביזן קומענדיגן יאר, זאל זיין וואס זאל זיין. אזוי ווי איך שטיי דא און ווארט אויף קומענדיגן יאר פורים, הער איך פלוצלינג ווי איינער ליינט די מגילה, האב איך אנגעפאנגען צו קלאפן אויפן טיר פון גן עדן אז מען זאל מיר עפענען די טיר, איז געקומען דער מלאך וואס איז ממונה צו זיין דער שומר הפתח און מיך געפרעגט פארוואס איך קלאפ, האב איך געזאגט 'איך הער ווי מען ליינט די מגילה און איך וויל אריינגיין אין גן עדן', האט מיר דער מלאך געזאגט: 'יעצט איז פסח, יעצט איז נישט די צייט אריין צו גיין אין גן עדן, דו דארפסט ווארטן אויפן קומענדיגן יאר פורים', איך האב גע'טענה'ט 'וואס איז א נפקא מינה צי עס איז פסח צו פורים? וויבאלד מען ליינט די מגילה דארף מען מיך אריינלאזן!' איך האב געשריגן און גע'טענה'ט ביז מען איז געקומען פון בית דין של מעלה זען וואס די קולות זענען, נאכן אויסהערן ביידע צדדים האט בית דין של מעלה געזאגט אזוי: 'יעצט איז טאקע נישט די צייט ווען מען קען אריינלאזן אין גן עדן, אבער אויב דו וועסט גיין צו דער איד וואס ליינט די מגילה און ער וועט פסק'נען אז מען דארף דיך אריינלאזן אין גן עדן - וועט מען דיך אריינלאזן'".


האט די נשמה געבעטן דעם איד: "איך בעט אייך, געבט מיר רשות אריין צו גיין אין גן עדן איך זאל שוין מתוקן ווערן", האט דער איד געזאגט: "איך נעם אויף מיר דעם תפקיד דיך צו מתקן זיין און גיי זאג פארן בית דין של מעלה אז מען זאל דיך אריינלאזן אין גן עדן"; זעט מען דאס גרויסקייט וואס מען קען זוכה זיין ביי קריאת מגילה, מען קען זוכה זיין צו גן עדן.


צעברעך זיך נישט, דאס אליין אז עס גייט אריבער דרייסיג טעג און מען בעט טאג נאך טאג: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, ראטעווע מיך פון המן און עמלק און זיי מיך מקרב צו דיר" - דאס איז קדושת מרדכי ואסתר, און דאס אליין אז מען וויל זיין גוט; מען וויל, מען בעט און מען בענקט, מען וויל זיין ערליך - דאס איז קדושת מרדכי ואסתר.


לאז נישט אפ די הייליגע עבודה, דו שריי ווייטער: "רבונו של עולם, ראטעווע מיך פון המן און עמלק, און געב מיר צו שפירן די זיסקייט פון מרדכי הצדיק און אסתר המלכה, איך זאל ליב האבן די תורה, ליב האבן די מצוות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - האב איך פארשלאפן מיין מזל אום ראש השנה?
אומאן, ראש השנה, בלבולים, דאגות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ס'איז נישט מעגליך זיך גענוג צו באדאנקען פאר דעם הערליכן ראש השנה וואס איך האב געהאט דאס יאר אין אומאן אין דעם הייליגן זויבערן לעכטיגן זיסן בנין היכל הקודש אין אומאן. יישר כח פאר די הערליכע סעודות, פאר די דרשות, און פאר די דאווענען. יעדע ריר האט מיר געגעבן שטיקער געזונט און לעבן פאר א גאנץ יאר .


מיין שאלה איז אזוי, איך בין אנגעקומען קיין אומאן ממש מיט די נשמה אין די הענט, נאכ'ן זיך וואלגערן אויפ'ן פליגער, און נאכדעם נאך א סטאפ, און כמעט 24 שעה פליען, און פארן נסיעות המפרכסת את הגוף, דאס בערך הייסט 48 שעה אויפזיין פון ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי די טאג וואס איך בין ארויסגעפארן ביז'ן אנקומען קיין אומאן.


נאכדעם איז געקומען ראש השנה, איך האב זייער שטארק געוואלט טון אלעס וואס איך קען צו האבן א גוטע יאר, איך בין געגאנגען שלאפן ראש השנה ביינאכט און ראש השנה פארטאגס בין איך אויפגעשטאנען און אויפגעוועקט מיין אינגל ביים עלות, און דערנאך איז די טאג געפארן, די תפילות, די סעודות, איך האב זיך נישט געוואלט לייגן שלאפן ראש השנה אינמיטן טאג. ביינאכט האב איך שוין געפילט אז איך קען נישט מער, איך בין שוין געבליבן אין בעט און קוים זיך געקענט רירן, און אזוי אויך די צווייטע טאג האט איך פארפאסט דאס דאווענען מיט די תקיעות און סעודות, איך בין געליגן קראנק אין בעט.


איך וויל וויסן אויב די זאך פון ווער עס פארשלאפט ראש השנה פארשלאפט זיין מזל, איז א זאך וואס מען מוז טון, מען טאר שוין נישט שלאפן ביים עלות, און מען טאר נישט שלאפן אינמיטן טאג, אדער איז דא א אויסנאם? ווייל איך בין אזוי דערשראקן אז דאס יאר האב איך שוין פארשלאפן מיין מזל.


דאס יאר איז שוין סיי ווי דערנאך, איך וויל וויסן פאר די קומענדיגע יארן ווי אזוי זיך צו פירן אין אזא פאל.


יישר כח פאר אלע שיינע עצות און שיעורים.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ד' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זוכסטו זיך צו צעברעכן? דו דארפסט זיין גאר פרייליך אז דו האסט זוכה געווען צו זיין אין אומאן ראש השנה ביים רבי'ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "מִי שֶׁהָיָה אֶצְלִי עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לִשְׂמוֹחַ מְאֹד כָּל הַשָּׁנָה", ווער עס איז געווען ביי מיר אויף ראש השנה דארף זיך פרייען א גאנץ יאר.


וואס דארפסטו יעצט זוכן ווי דו קענסט דאגה'נען? וואס איז דיר נישט גענוג די ווערטער פון רבי'ן וואס ער האט געזאגט (שם, סימן תו): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן", אלע קענען באקומען א תיקון ראש השנה, אפילו די וואס קענען נישט באקומען קיין תיקון דורכאויס דעם יאר, "אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן", דאך קען יעדער איינער באקומען ראש השנה זייער תיקון, "אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם אֲבָל בְּראשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים", אפילו דער רבי קען זיי נישט מתקן זיין דורכן יאר, דאך, ראש השנה קען דער רבי יעדן איינעם מתקן זיין, "כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת".


זיי פרייליך, דו וועסט האבן א זיס יאר.

#12 - פארוואס רעדט מען אין ברסלב מיט אזא ברייטקייט איבער'ן צדיק?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, אמונה, צדיקים, קשיות, תכלית, בלבולים, אמונת חכמים, חסד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין א ברסלב'ע שטוב, אבער ס'איז דא אסאך זאכן אין ברסלב וואס שטערט מיר זייער שטארק, בפרט דער ענין ווי אזוי מ'רעדט פונעם צדיק מיט אזא ברייטקייט. צום ערשט האב איך זיך געוואלט בארואיגן אז ס'איז נאר די וועג ווי אזוי ברסלב'ע חסידים רעדן, אבער אין די ספרים זעט מען אויך די זעלבע, למשל די לשונות, "דער עיקר איז זיך מקשר צו זיין צום צדיק", "אלעס ווערט געטון דורכ'ן צדיק האמת", דאס שטערט מיר זייער.


אויך הער איך אסאך פון אנדערע חסידות'ן ווי אזוי מ'מאכט אוועק ברסלב, "ס'איז נישט אונזער דרך", "יעדער דארף גיין לויט זיין שורש נשמה", "פארוואס זענען די פריערדיגע צדיקים נישט געגאנגען אויף דעם דרך", "דער רבי איז טאקע יא גוט, אבער רבי נתן האט פארדרייט", און דאס מאכט מיר פילע בלבולים.


אויך שטערט מיר די מעשה ווי אזוי רבי נתן איז מקורב געווארן, ווען די חסידים האבן אים געשיקט קויפן בייגעלעך און ער איז געווארן זייער דערביטערט אויפ'ן וועג וכו'. פארוואס האט אים אזוי געשטערט צו גיין קויפן די בייגעלעך, ביי חסידישע אידן ווייסט מען דאך אז מיט איין טריט פאר יענעם שפארט מען זיך טויזנט טריט פאר זיך. בכלל מיין איך אז אין ברסלב רעדט מען נישט אזויפיל פון חסד און מדות טובות ווי ביי אנדערע חסידות'ן.


בקיצור, איך בין פול מיט בלבולים איבער ברסלב, און איך ווייס נישט וואס דער ריכטיגער וועג איז. דער עיקר האב איך מורא אז ווען איך וועל אויפקומען אויף יענע וועלט וועל איך אפשר געוואויר ווערן אז דער ברסלב'ער דרך איז בכלל נישט עפעס ספעציעל, און איך האב נישט געדארפט ליידן אזויפיל דערפאר.


איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען אביסל אויסקלארן דעם קאפ.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט זייער א וויכטיגע שאלה, אסאך האבן די שאלה; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר דאס געבן צו פארשטיין.


דאס ווייסטו אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט נאר פאר איין סיבה, מיר זאלן וויסן אז עס איז דא א באשעפער. אלעס וואס ער האט באשאפן אויף די וועלט איז נאר פאר די איין סיבה - מיר זאלן מכיר זיין דעם אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (בא מב.): "בְּגִין דְּאִשְׁתְּמוֹדָעוּן לֵיהּ", - מיר זאלן וויסן פון אים; מיר זאלן וויסן אז אלעס וואס עס איז דא אויף די וועלט - איז ער אליינס, נישטא קיין שום זאך וואס גייט פון זיך אליין, קומט פון זיך אליין, נאר אלעס אלעס איז דער אייבערשטער.


דעריבער דארף מען לעבן מיט דעם, מען דארף זוכן ארויסצונעמען פון יעדע זאך דעם אייבערשטן. דער רבי הייבט אן דעם ספר ליקוטי מוהר"ן (חלק א, סימן א): "כִּי אִישׁ הַיִּשְׂרְאֵלִי צָרִיךְ תָּמִיד לְהִסְתַּכֵּל בְּהַשֵּׂכֶל שֶׁל כָּל דָּבָר", א איד דארף שטענדיג זוכן דעם אייבערשטן אין יעדע זאך, אין יעדע זאך וואס מען זעט דארף מען זען דעם אייבערשטן און אין יעדע זאך וואס מען הערט דארף מען הערן דעם אייבערשטן, ווייל אין יעדע זאך וואס מען זעט און הערט - ליגט באהאלטן דער אייבערשטער; און דאס איז די מדריגה פון די גרויסע צדיקים, זיי זוכן שטענדיג דעם אייבערשטן, פון יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף זיי הערן זיי און זעען זיי נאר אלוקית, אזוי ווי עס שטייט (משלי ד, יח): "וְאֹרַח צַדִּיקִים", די וועג פון די הייליגע צדיקים, "כְּאוֹר נֹגַהּ", איז ווי א שטארקע ליכט, "הוֹלֵךְ וָאוֹר עַד נְכוֹן הַיּוֹם", עס איז אזוי ווי א ליכטיגקייט וואס שיינט אלץ שטערקער און שטערקער, עס איז זיי אזוי ליכטיג אזוי ווי די זון וואס שיינט; די אמונה איז ביי זיי אזוי קלאר אזוי ווי די שטערקסטע ליכט.


די הייליגע צדיקים - זיי זעען נאר אייבערשטער און זיי הערן נאר אייבערשטער; אפילו פון די נייעס וואס טוט זיך אין די וועלט הערן זיי נאר אלוקית. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נב): "מִכָּל הַדְּבָרִים צוֹעֵק כְּבוֹד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, כִּי מְלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ", פון יעדע זאך שרייט ארויס דער אייבערשטער, ווייל דער אייבערשטער איז איבעראל, "וַאֲפִילּוּ מִסִּפּוּרֵי הַגּוֹיִים", אפילו פון די וועלטליכע נייעס, נייעס פון די אומות העולם, "צוֹעֵק גַּם כֵּן כְּבוֹד הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", - הערט מען אויך ארויס דעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (תהלים צו, ג): "סַפְּרוּ בַגּוֹיִם כְּבוֹדוֹ", פון די נייעס ביי די פעלקער - קומט ארויס כבוד פאר'ן אייבערשטן; ווייל דער אייבערשטער איז איבעראל באהאלטן, ער וויל מיר זאלן אים זוכן און געפונען.


יעצט וועסטו שוין פארשטיין פארוואס דער רבי רעדט אזויפיל פון קומען צו א צדיק, פון זיין צוגעבינדן צום צדיק; ווייל צו קענען צוקומען צו לעבן מיט'ן אייבערשטן דארף מען האבן איינער וואס זאל דאס אריינברענגען אין אונז, מיר אליינס זענען זייער ווייט פון דעם, מיר דארפן רחמי שמים צו זיין פשוט'ע אידן, ווי קענען מיר בכלל אנקומען צו אזא שכל - צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, גיין מיט'ן אייבערשטן, ארויסנעמען פון יעדע זאך דעם אייבערשטן? נאר דורך התקרבות להצדיק.


אן א צדיק איז נישט שייך צוצוקומען צו די מדריגה, בפרט דער וואס פאלט אראפ אין עבירות רחמנא לצלן; ווער רעדט נאך איינער וואס ליגט אין תאות ניאוף השם ישמרינו, ווי קען מען צוקומען צו זיין בטל צום אייבערשטן? ווי קען אריינגיין אין א פארגרעבטע קאפ - איידלקייט און לויטערקייט? ער טראכט דאך נאר עבירות, ער זעט נאר עבירות, ווי קען אזא איינער צוקומען צו וויסן פונעם אייבערשטן? נאר דורך א צדיק; דער צדיק איז אזוי גרויס און אזוי הייליג און ער לאזט זיך אראפ צו אונז פשוט'ע מענטשן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל), דער צדיק קען נעמען די גרעסטע השגות און דאס געבן צו פארשטיין פאר אונז וואס מיר זענען א בחינה פון שכל קטן, ער ברענגט אריין אין די נידריגסטע מענטשן די גרויסע שכל, אז אלע זאלן שפירן דעם אייבערשטן.


אן א צדיק קענען מיר נישט צוקומען צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, אן א צדיק זענען מיר וואס מיר זענען; מיר ליגן וואו מיר ליגן, אין אונזערע נארישקייטן; יעדער איינער אין זיינע נפילות, אין זיינע פארגרעבטקייטן. דער צדיק האט רחמנות, ער איז זיך מוסר נפש פאר אונז אז מיר זאלן אויך האבן א געפיל אין תורה און מצוות, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ז) דער צדיק איז דער גרעסטער רחמן, ער האט אמת'ע רחמנות; ער נעמט מענטשן וואס זענען ווייט פונעם אייבערשטן און ברענגט זיי נאנט צום אייבערשטן.


דערפאר האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצט): "אִי אֶפְשַׁר לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת כִּי אִם כְּשֶׁמִתְקַרְבִין לְהַצַּדִּיק הָאֱמֶת שֶׁבַּדּוֹר", מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד נאר אז מען איז מקורב צום צדיק הדור, ווייל דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט - "זֶּה לְעוּמַת זֶּה, עָשָׂה הָאֱלֹקִים", אנטקעגן קדושה איז דא טומאה, אנטקעגן די אור אין סוף ברוך הוא, די גרויסע ליכטיגקייט וואס שיינט פונעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט - איז דא דער סמ"ך מ"ם אליינס וואס פארשטעלט אלעס און באהאלט אלצדינג דורך שלעכטע מידות און עקלדיגע תאוות; תאות ניאוף, תאות ממון, תאות אכילה ושתיה, תאות הכבוד והשררה און תאות הנצחון וכו', די אלע תאוות רעות פארשטעלט דעם אייבערשטן; דעריבער דארף מען האבן א צדיק וואס ער האט זיך אזוי אויסגעארבעט אז ער האט זוכה געווען צו ווערן איינס מיט'ן אייבערשטן, אינגאנצן נכלל ווערן אינעם אין סוף ברוך הוא; דורך אים וועלן מיר אויך זוכה זיין צוצוקומען צו די מדריגות.


דער צדיק האט א כח, ער קען נעמען מענטשן וואס זענען גאר ווייט פון די קדושה, מענטשן וואס ליגן אין שאול תחתית - און זיי מקרב זיין צום אייבערשטן אליין. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שי ובהשמטות): "כַּמָּה צֶלֶם אֱלֹקִים הָיוּ מֻנָּחִים בָּרֶפֶשׁ, שֶׁאֲנִי הוֹצֵאתִים מֵהָרֶפֶשׁ וְהַטִּיט שֶׁהָיוּ שָׁם", עס זענען דא פון מיינע מענטשן וואס איך האב זיי ארויסגענומען פון בלאטע און האבן היינט א צלם אלוקים, "הֲלֹא יֵשׁ אֶצְלִי אֲנָשִׁים שֶׁאֵינִי יוֹדֵעַ אִם הַשְּׁאוֹל תַּחְתִּיּוֹת הָיָה דַּי לָהֶם", איך האב דא פון מיינע מענטשן וואס איך ווייס נישט אויב דער שאול תחתית וואלט גענוג געווען פאר זיי, "כִּי גַּם הַשְּׁאוֹל תַּחְתִּיּוֹת הָיָה קָטָן לִפְנֵיהֶם", דער שאול תחתית איז ווייניג געזאגט, "שֶׁאִם הָיָה אֶפְשָׁר לָהֶם לַחְתֹּר תַּחַת שְׁאוֹל תַּחְתִּית הָיוּ חוֹתְרִים", ווען מען וואלט ווען געקענט אויפגראבן א טיפערע פלאץ פון שאול תחתית - וואלט מען דאס ווען געדארפט טון פאר זיי, "וְעַל יָדִי נִתְקָרְבוּ אֵלָיו יִתְבָּרַךְ בְּהִתְקָרְבוּת כָּזֶה שֶׁאֵין לָהֶם לְהִתְבַּיֵּשׁ מִצַּדִּיקִים גְּדוֹלִים", און דורך מיר זענען זיי צוריק געקומען צום אייבערשטן, זיי האבן זוכה געווען צו ווערן אזעלכע צדיקים אז זיי האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון די גרויסע צדיקים.


איך האף אז עס וועט דיר שוין נישט מבלבל זיין די זאך פארוואס מען רעדט אזויפיל פון 'צדיק', דו וועסט זיך פרייען אז עס איז דא א וועג פאר דיר צוצוקומען צו די גרויסע מדריגות, צוצוקומען צו האבן א שטארקע קלארע לויטערע אמונה אינעם אייבערשטן; וואס נאר דורך אמונת חכמים איז מען זוכה צו האבן אמונה אינעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מכילתא בשלח ו, ז) אויפ'ן פסוק (שמות יד, לא): "וַיַּאֲמִינוּ בַּה' וּבְמשֶׁה עַבְדּוֹ", די אידן האבן זוכה געווען ביי קריעת ים סוף צו האבן אמונה אינעם אייבערשטן און אין משה רבינו, פרעגן די הייליגע חכמים: "אִם בְּמֹשֶה הֶאֱמִינוּ - בַּה' לֹא כָּל שֶׁכֵּן", אז די אידן האבן געהאט אמונה אין משה רבינו איז דאך זיכער אז זיי האבן געגלייבט אינעם אייבערשטן! "אֶלָּא כָּל הַמַּאֲמִין בְּרוֹעֶה שֶׁל יִשְׂרָאֵל - כְּאִלוּ מַאֲמִין בְּמִי שֶּׁאָמַר וְהָיָה הָעוֹלָם", נאר די תורה וויל אונז ווייזן ווי אזוי מען איז זוכה צו האבן אמונה אינעם אייבערשטן, נאר דורך אמונת חכמים, ווייל דורכדעם וואס די אידן האבן געגלייבט אין משה רבינו האבן זיי זוכה געווען צו וַיַּאֲמִינוּ בַּה', עיין שם.


בנוגע די צווייטע בלבול, די מעשה מיט די בייגל; עס שטערט דיר דעם סיפור התקרבות פון רבי נתן וואס האט זיך אפגעשפילט אין די תקופה ווען ער איז געווען מקורב ביים גרויסן צדיק הרב הקדוש רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו, איין וואך מוצאי שבת איז ער געזיצן מיט די תלמידים פון הרב הקדוש מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו ביי סעודת מלוה דמלכה, מען האט געמאכט א גורל צווישן זיי וועם מען זאל שיקן קויפן בייגל און רבי נתן'ס נאמען איז ארויסגעקומען ביים גורל אז ער דארף גיין איינקויפן בייגל, איז ער געגאנגען איינקויפן בייגל פאר מלוה מלכה. אויפ'ן וועג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער האט געטראכט צו זיך: 'אויף דעם בין איך באשאפן געווארן, צו גיין קויפן בייגל?' און ער איז זייער צעבראכן געווארן פון דעם. ער איז אריינגעקראכן אין א פארמאכטע שול דורכ'ן פענסטער, ער איז ארויף אין ווייבער שול, גענומען א תהילים און אנגעפאנגען צו זאגן קאפיטל נאך קאפיטל מיט גרויסע בכיות, ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "וואס וועט זיין דער תכלית מיט מיר?" ער האט אזוי שטארק געוויינט ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און ער איז איינגעשלאפן.


ער חלומ'ט זיך ווי ער שטייט ביי א גרויסער לייטער, ער הייבט אן ארויפצוקריכן און ער פאלט אראפ, ער קריכט נאכאמאל ארויף און ער פאלט נאכאמאל צוריק, אזוי איז געווען יעדעס מאל וואס ער איז ארויף א טרעפל, און יעדעס מאל וואס ער איז ארויף העכער איז ער געפאלן שטערקער, ביז ער איז שוין ארויף אלע טרעפ ביז אויבן, דעמאלט איז ער אראפגעפאלן און ער האט זיך מער נישט געקענט אויפשטעלן, פלוצלינג זעט ער א מענטש וואס זאגט אים די ווערטער: "דראפע זיך און האלט זיך, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות", שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער גלייך געכאפט אז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום ווי ער זאגט אים: "דראפע זיך און האלט זיך" - איז נישט קיין צווייטער ווי דער הייליגער רבי.


עס שטערט דיר די מעשה, עס זעט אויס ווי רבי נתן האט נישט געוואלט טון חסד; חס ושלום צו זאגן אויף דעם הייליגן רבי נתן אז ער האט נישט געוואלט טון חסד, ער איז נישט צעבראכן געווארן פון דעם זאך אז ער דארף גיין קויפן בייגל, עס איז נישט געווען נאך אזא בעל חסד ווי דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה; דער רבי האט געזאגט פאר רבי יצחק, דער טיראוויצער מגיד'ס איידעם (חיי מוהר"ן, סימן שלח): "קוק אן דעם אינגערמאן - רבי נתן - ער איז ביי זיך א שטיק בלאטע".


איינמאל האט דער רבי זייער אויסגערימט רבי נתן פאר אנשי שלומינו, אז רבי נתן איז א שפל ברך און אן עניו; שפעטער האבן אנשי שלומינו געוואלט אויספרובירן אויב דאס איז ריכטיג, זיי האבן אפגעשמועסט אז זיי גייען דאס דערגיין. איינער האט זיך אנגערופן צום צווייטן, הויך אויפ'ן קול, אז רבי נתן זאל הערן: "איך בין זייער הונגעריג, אפשר גייסטו מיר קויפן א בייגל?" האט זיך דער אנדערער אנגערופן: "איך האב נישט יעצט קיין כח, אפשר וועל איך גיין שפעטער". ווען רבי נתן האט דאס געהערט האט ער געזאגט: "געב מיר די געלט, איך וועל דיר גיין קויפן די בייגל", האבן זיי געזען אז עס איז ממש וואס דער רבי זאגט, ער איז גרייט צו גיין ברענגען פאר א צווייטן איד עסן, ער איז ביי זיך גארנישט (פעלת הצדיק, סימן תז).


דאס וואס ער האט אזוי געוויינט צום אייבערשטן בשעת'ן קויפן די בייגל, דאס איז געווען איידער ער איז געווען מקורב צום רבי'ן, ער האט געשפירט ווי עס פעלט אים עפעס אין לעבן; נישט דאס טון חסד האט אים געשטערט, עס האט אים געשטערט עפעס אנדערש, ער האט נישט געקענט נעמען דאס פארברענגען פון חסידים. דער הייליגער קדושת לוי האט אים זייער ליב געהאט, ער האט זיך באנומען צו אים מיט א באזונדערע ליבשאפט, ער פלעגט אים רופן מיט א ליבליכע נאמען "מיין נתן'לע"; אבער וויבאלד רבי נתן איז געווען א גרויסער מתמיד און א גרויסער למדן האט ער נישט געקענט דערליידן די פארברענגען וכו' מיט די סעודות וכו', ער האט דאס אנגעקוקט ווי מען פארברענגט סתם די צייט. ער פלעגט ארומגיין מיט ספיקות און בלבולים וואס צו טון, עס האט אים געפייניגט דאס געוויסן: 'ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין אן ערליכער איד? ווי אזוי איז מען זוכה צו דינען דעם אייבערשטן?' - אויף דעם האט ער געוויינט: "רבונו של עולם, איך בין באשאפן געווארן צו קויפן בייגל", ער האט נישט געוויינט אויפ'ן קויפן די בייגל, ער האט געוויינט אויף דעם וואס עס פעלט אים א וועג אין לעבן, ער שפירט א חסרון אין לעבן, עס פעלט אים א טעם אין עבודת השם.


יעצט, אויף דעם וואס דו האסט מורא אז ווען דו וועסט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועסטו זען אז ברסלב איז נישט די וועג וכו'; עס זעט מיר אויס אז דו ביסט געבוירן געווארן אין א שטוב וואס רופט זיך ברסלב אבער איז ווייט פון ברסלב, וואלסטו געוואוסט וואס דער רבי וויל פון אונז - וואלסטו נישט געהאט אזעלכע בלבולים.


וואס וויל דער רבי? דער רבי וויל מיר זאלן לערנען, מיר זאלן דאווענען, מיר זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן און מיר זאלן זיך פרייען מיט די מצוות – אויף דעם האסטו מורא אז מען וועט דיר זאגן דאס איז נישט אמת? איך וויל וויסן, דו האסט אויך מורא אז ווען דו וועסט ארויפקומען אויבן אין הימל וועסטו דארפן אפגעבן דין וחשבון אויף דיינע טעג און יארן? אדער דאס פאלט דיר ניטאמאל איין, אז עס וועט קומען א טאג וואס מען וועט דארפן ענטפערן דעם שומר הפתח די שרעקעדיגע שאלה (תנא דבי אליהו רבא, א): "עֲמֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ", הייב אן זאגן, וויפיל חומש האסטו געלערנט? "עֲמֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ", הייב אן זאגן די משניות וואס דו האסט געלערנט; טראכסט אמאל 'וואס וועל איך ענטפערן אויף די פראגע?' טראכסט אמאל 'וואס וועט זיין מיט די עבירות?'


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה וואס האט זיין גאנץ לעבן געלעבט מיט תכלית, ביי אים איז דאס געווען דער עיקר; ער האט געזאגט: "איך שרייב מיינע ספרים נאר פאר א מענטש וואס טראכט פון תכלית, ער טראכט 'איין טאג וועל איך זיין א גוסס און א נפטר, איך וועל ליגן אויף דער ערד מיט די פיס צום טיר'; איינער וואס טראכט נישט אז איין טאג וועט ער שטארבן און ליגן אויף דער ערד מיט די פיס צום טיר - איז ביי מיר חשוב אזוי ווי א בהמה, וואס לעבט, עסט און שלאפט און ווייסט נישט וואס דער סוף איז"; דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "אלעס קען איך זיך אויסמאלן, נאר נישט דעם ערשטן ברוך הבא אין קבר, דאס קען איך מיך נישט אויסמאלן, ווען מען וועט מיר אפירנעמען, איך וועל דארפן אפגעבן דין וחשבון - דאס קען איך נישט טראכטן".


וויל איך דיר פרעגן אויב דו טראכסט פון דעם: 'וואס וועט זיין ווען איך וועל אוועקגיין פון די וועלט, מען וועט מיר לייגן מיט די פיס צום טיר', אדער דו האסט נאר איין דאגה, אז אפשר וועסטו אויסגעפונען אויבן אז לערנען און דאווענען און רעדן צום אייבערשטן איז נישט דער אמת? מיר דארפן טראכטן וואס וועט זיין ווען מיר וועלן אוועקגיין פון די וועלט, אפשר זענען מיר פון די צוויי כיתות מענטשן וואס דער רבי רעדט פון זיי, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זיי זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדריידט צום טיר, און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, וועלן מיר זיך נישט דארפן שעמען - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט.

#11 - זייט איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן שפיר איך א ירידה ברוחניות
התחזקות, צדיקים, בלבולים, בר מצוה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווער שוין באלד בר מצוה, איך בין ברוך ה' געוואויר געווארן פון הייליגן רבי'ן און פון זיינע גוטע עצות, און איך בין זיך זייער מחזק.


איך שפיר אבער א מאדנע זאך, זייט איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן שפיר איך א ירידה ברוחניות. דאס דאווענען איז נישט די זעלבע ווי פריער, דאס לערנען איז אויך נישט די זעלבע, און דאס איז מיר זייער מבלבל.


איך בין זיך מתבודד א שעה יעדן טאג, און איך פרוביר אויך צו לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד, ווי אזוי קען איך זיך אבער דערהייבן ברוחניות?


יישר כח פאר אלע חיזוק און שיעורים.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הבחור הבר מצוה ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי רעדט שוין פון דיין שאלה, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עט): "מַה שֶׁכְּשֶׁאָדָם מַתְחִיל לִכְנֹס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם וּלְהִתְקָרֵב לְצַדִּיק הָאֱמֶת בָּאִים עָלָיו הִרְהוּרִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", דאס וואס מען שפירט ווען מען ווערט מקורב צום צדיק אמת, פונקט דעמאלט הייבן מען אן צו באקומען שלעכטע מחשבות און בלבולים, וואס איז פשט פון דעם? זאגט דער רבי: "זֶה כְּמוֹ לְמָשָׁל כְּלִי מַיִם שֶׁמִתְּחִלָּה נִרְאֶה כְּאִלּוּ הַמַּיִם צְלוּלִים וְכוּ'", דאס איז אזוי ווי וואסער, ווען מען נעמט א שיסל וואסער זעט דאס אויס ווי עס איז קלאר, ערשט שפעטער ווען מען לייגט דאס אויפ'ן פייער, מען קאכט דאס אויף, דעמאלט הייבן אן ארויף קומען שמוץ, ביז מען דארף ארויסשעפן די אלע שמוץ. "וּמִתְּחִלָּה נִדְמֶה כְּאִלּוּ הַמַּיִם צְלוּלִים לְגַמְרֵי וְכוּ'", אבער אין אנהייב האט מען גארנישט געזען קיין שמוץ, עס האט אויסגעזען אז דאס איז שיינע קלארע וואסער, פלוצלונג ווען מען שטעלט דאס וואסער אויפ'ן פייער הייבט אן ארויסקומען שמוץ, "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ קֹדֶם שֶׁמַּתְחִיל הָאָדָם לִכְנֹס בַּעֲבוֹדַת ה' אֲזַי הַטּוֹב וְהָרָע מְעֹרָבִין בּוֹ וּמֵחֲמַת שֶׁהֵם מְעֹרָבִים מְאֹד אֵין נִרְאֶה הַפְּסֹלֶת וְהָרָע שֶׁבּוֹ כְּלָל, כִּי הֵם מְעֹרָבִים יַחַד לְגַמְרֵי הָרָע עִם הַטּוֹב", אזוי איז מיט'ן מענטש פאר ער ווערט מקורב צום צדיק, איידער ער הייבט אן דינען דעם אייבערשטן איז ביי אים אויסגעמישט דאס שלעכטס מיט דאס גוטס, אז מען זעט נישט ארויס דאס שלעכטס, ווייל עס איז אזוי שטארק אויסגעמישט, עס איז ממש איין זאך, "אַךְ אַחַר כָּךְ כְּשֶׁמַּתְחִיל לִכְנֹס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם וּמִתְקָרֵב לְצַדִּיק הָאֱמֶת אֲזַי מַתְחִיל לְהִזְדַּכֵּךְ וּלְהִתְבָּרֵר", ערשט ווען מען ווערט מקורב צום אמת'ן צדיק, מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן - דעמאלט הייבט זיך אן אפטיילן דאס שלעכטס פון דאס גוטס, "וַאֲזַי עוֹלָה הַפְּסֹלֶת וְהָרָע בְּכָל פַּעַם לְמַעְלָה כַּמָּשָׁל הַנִּזְכַּר לְעֵיל", עס קומט ארויס שלעכטס, מען הייבט אן האבן שלעכטע מחשבות וכו'. "וְצָרִיךְ שֶׁיַּעֲמֹד אֶחָד שֶׁיָּסִיר מִמֶּנּוּ חֶלְאָתוֹ וּפְסָלְתּוֹ בְּכָל פַּעַם וַאֲזַי יִשָּׁאֵר אַחַר כָּךְ זַךְ וְצָלוּל לְגַמְרֵי בֶּאֱמֶת כָּרָאוּי", מען דארף האלטן אין איין ארויסשעפן דאס שלעכטס פון זיך ביז מען ווערט א גרויסער צדיק.


קוק נישט אויף גארנישט, דו זיי ממשיך מיט דיין התקרבות צום הייליגן רבי'ן; לערן דיינע שיעורם כסדרן אויפ'ן רבינ'ס וועג (שיחות הר"ן, סימן עו) און זיי זיך מתבודד; רעד צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, בעט אים ער זאל דיר מקרב זיין צו אים. דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר - וועסטו זוכה זיין אז דאס גאנצע שלעכטס וועט ארויסגיין פון דיר, דו וועסט זיין אזוי ווי קלארע לויטערע וואסער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - ווי אזוי ווער איך פטור פון פחדים, נאך די בלבולים וואס מ'האט אויף מיר געמאכט?
קדושה, פחדים, בלבולים, חשדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון אכצן יאר, איך הער אסאך די שיעורים, און איך ליין אסאך די בריוו אין "עצתו אמונה" און די גליונות, און איך בין זיך זייער מחי' דערמיט.


איך האב זייער מורא געהאט צו שרייבן די שאלה, ווייל דער אמת ווייסט נאר דער אייבערשטער, איך האף אבער אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר גלייבן און מיר קענען העלפן.


פאר צוויי יאר צוריק האט מען געמאכט אויף מיר א פאלשע בלבול אז איך האב געטשעפעט קינדער, און מ'האט אריינגעגעבן קעגן מיר א קלאגע ביי די פאליציי, דער אייבערשטער ווייסט אז די גאנצע בלבול איז דורכאויס פאלש, איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אז עס זאל דורכגיין בשלום און ס'זאל גארנישט פאסירן שלעכטס צו מיר, און ברוך ה' אז אלעס האט זיך טאקע מסדר געווען מיט א גוטע ענדע, און פון דעמאלט האב איך זיך נאך מער געשטארקט צו דינען דעם אייבערשטן און מצליח זיין אין לעבן.


איין זאך איז מיר אבער געבליבן פון די גאנצע מעשה, דאס איז שטארקע פחדים. זייט דעמאלט ציטער איך זיך צו דרייען צווישן מענטשן, ובפרט וואו ס'איז דא קינדער, ווייל איך ציטער אז מ'זאל מיר נישט ווידער חושד זיין מיט פאלשע בלבולים. למשל ווען איך קום אהיים און קינדער שפילן זיך אויף די טרעפ, וועל איך ענדערש בכלל נישט אהיימגיין נאר ווארטן ביז גאר שפעט ווען ס'וועט שוין נישט זיין דארט קיין קינדער, און דאס מאכט מיר זייער שווער דאס לעבן.


איך שטארק זיך מיט תפלה און התבודדות, איך פרוביר צו לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות, כאטש וואס איך קום נישט אן דערצו יעדן טאג בין איך אבער מקפיד צו לערנען יעדן טאג ווייניגסטנס דריי פרקים.


דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך אז קינדער דארפן אכטונג געבן פון שלעכטע מענטשן, מ'דארף אבער אפשר אויך טראכטן פון דעם אז מ'קען באשולדיגן אומשולדיגע מענטשן מיט פאלשע בלבולים.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט האבן פאר מיר חיזוק און הדרכה ווי אזוי זיך צו פירן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען האט דיר אומזיסט חושד געווען, מען האט געמאכט א מעשה אויף דיר און עס איז נישט אמת - ביסטו זייער חשוב אין הימל, דער הייליגער תנא רבי יוסי וויל זיין מיט דיר און האבן א חלק מיט דיר. די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיח:) רבי יוסי זאגט: "יְהֵא חֶלְקִי מִמִּי שֶׁחוֹשְׁדִין אוֹתוֹ וְאֵין בּוֹ", איך וויל האבן א חלק מיט די וואס מען איז זיי חושד און עס איז נישט אמת; ווייל ווען מען איז חושד איינעם אומזיסט ווערט יענער פארשעמט און ער ווערט אויסגערייניגט פון אלע זינד.


יעצט דארפסטו שוין נישט פאסטן צו פאררעכטן וואס דו דארפסט פאררעכטן, דו ביסט אפגעקומען מיט דעם אלע דיינע זינד, דו האסט זוכה געווען צו תשובה טון. ווייל ווען מען ווערט פארשמעט און מען שווייגט אפ, מען גייט ווייטער אן מיט עבודת השם יתברך - דאס איז ריכטיג תשובה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען הערט ווי מען פארשעמט און מען שווייגט אפ, דאס איז דער עיקר ווי אזוי מען טוט תשובה.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות ווייטער צו לערנען און דאווענען; שטארק זיך אויף די פחדים, גיי יא צווישן קינדער און האב נישט מורא פון קיינעם אויף די וועלט.


אז מען איז חושד אומזיסט און מען דערהאלט זיך, מען דינט ווייטער דעם אייבערשטן - באקומט מען א גרויסע שכר. די הייליגע חכמים זאגן (מגילה י ע"ב; ועיין בעל הטורים בראשית טו, ו) אז תמר האט מען חושד געווען אז זי האט געטון אן עבירה, דעריבער איז זי געבענטשט געווארן אז משיח קומט ארויס פון איר; אזוי אויך חנה האט מען חושד געווען (ברכות לא:), דערפאר האט זי באקומען א זון א צדיק, שמואל הנביא, וואס איז אזוי גרויס ווי משה רבינו און אהרן הכהן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - דארף איך זיך זארגן אז מיין מאן ארבעט מיט פרויען?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, ספיקות, בלבולים, חשדות, דמיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך קודם באדאנקען פאר די טייערע געוואלדיגע שיעורים וואס רעדן צו מיין הארץ און העלפן מיר אזוי ארויס אין לעבן.


ביי מיין מאנ'ס ארבעט איז אויך דא פרויען, און דאס מאכט מיר זייער שווער אויפ'ן הארץ, איך טראכט אלץ אז אפשר קוקט ער אויף פרעמדע פרויען, אפשר דארף ער מיך בכלל נישט האבן, אפשר איז ער נישט פרייליך מיט מיר. איך ווייס נישט אויב דאס איז נאר מיינע דמיונות, אדער איז דאס אמת'ע חשדות.


איך וויל נישט מצער זיין מיין מאן, ער איז זייער וואויל און גוט צו מיר, ער איז מיר זייער מכבד, ער העלפט אסאך, אבער נאכאלץ דרייען זיך ביי מיר אין מח אסאך חשדות אויף אים. וואס קען איך טון צו דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


חושד זיין דעם מאן טאג און נאכט אז ער קוקט אויף פרעמדע וכו' - איז א מחלה וואס קען חרוב מאכן דאס לעבן. די פרויען וואס קלערן א גאנצן צייט אויפן מאן שלעכט, אז ער האט נישט ליב די ווייב און ער קוקט אויף פרעמדע און טוט נישט גוטע זאכן - דאס איז נישט געזונט, און אמאל זענען די מחשבות אזוי שטארק אז מען דארף גיין צו דאקטוירים דאס צו היילן.


דעריבער זאלט איר אפלאזן די שלעכטע מחשבות און אויפהערן טראכטן שלעכט, ווייל אייער שטוב קען חרוב ווערן. טראכטס נאר גוטס אויף אייער מאן, ווייל ווי אזוי איר וועט טראכטן אויף אים - אזוי וועט ער זיין, אז איר וועט טראכטן ער איז ערליך - וועט ער זיין אן ערליכער איד, און אז איר וועט אים נאכקוקן וועט נישט זיין גוט - נישט פאר אים און נישט פאר אייך.


עס איז דא א סוד וואס מיט דעם סוד קען א פרוי טוישן דעם מאן פון שלעכט צו גוט, פון נישט ערליך צו ערליך, און פון יעדע פראבלעם; דער סוד איז 'שעצן און געבן די גוטע געפיל', אים מאכן פאר דער ווארטזאגער, א פרוי מיט אביסל חכמה קען אויפהייבן איר מאן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה מה:): "מְלַמֵּד שֶׁנָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּינָה יְתֵירָה בָּאִשָּׁה יוֹתֵר מִבָּאִישׁ", דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א פרוי מער קלוגשאפט ווי פאר א מאן.


ועל כולם בעטס דעם אייבערשטן, און ווען קיינער זעט נישט – זאלט איר זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן פאר אן ערליכע שטוב מיט ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - קען איך בעטן דעם אייבערשטן, ווען איך בין נישט ערליך?
קדושה, תפילה והתבודדות, ספיקות, שמירת עינים, בלבולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק און איך לויב דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען הנאה צו האבן צו שעפן אזויפיל עצות און חיזוק פון די שיעורים און בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א, און אויך מיין ווייב איז זיך זייער מחי' מיט אלעס.


איך האב געוואלט פרעגן, אזוי ווי איך האב נאך ליידער א סמארטפאון, דער אייבערשטער זאל אריינגעבן אין מיר א רוח טהרה אז איך זאל תשובה טון, אבער פאקטיש קען איך זיך דערווייל נישט אפרייסן דערפון, דאס איז א באזונדערע מעשה. ווען עס קומט אבער צום בעטן דעם אייבערשטן אויף עפעס, צום ביישפיל אויף פרנסה אדער גוטע קינדער, שפיר איך אז איך קען נישט בעטן דעם אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער איז זיכער ברוגז אויף מיר, און דעריבער האלט איך זיך צוריק פון צו רעדן און צו בעטן דעם אייבערשטן.


איך שפיר אז עס איז אזוי ווי א סתירה, פון איין זייט דערצערן איך דעם אייבערשטן, און פון די אנדערע זייט בעט איך אים זאכן. איז דאס ריכטיג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די סארט מחשבות וואס דו טראכסט, אז דער אייבערשטער הערט דיך נישט אויס - די מחשבות איז פונעם יצר הרע; עס איז נישט אמת, דער אייבערשטער הערט אויס יעדן איינעמ'ס געבעט, זאלסטו זיך נישט צוריקהאלטן פון דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן אלעס וואס דו דארפסט.


בעט אויף דעם אליינס, בעט דעם אייבערשטן זאלסט האבן ריינע אויגן און ריינע מחשבות, נישט קוקן קיין עבירות; ווייל אז מען היט נישט די אויגן, מען קוקט עבירות - פארלירט מען אלעס, מען פארלירט סיי די וועלט און סיי יענע וועלט, און אז מען היט די אויגן - איז אזוי גוט און אזוי זיס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - פארוואס איז דער ראש ישיבה שליט"א ברוגז אויף מיר?
מדות טובות, בלבולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך באדאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר אזא גוטע לעבן וואס איך אין מיין ווייב האבן, אלעס א דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א, מיר זענען זייער זייער מכיר טוב דעם ראש ישיבה שליט"א פאר אונזער גוטע לעבן.


איך וויל נישט זיין א כפוי טובה, איך וויל נישט מצער זיין דעם ראש ישיבה שליט"א, אבער נעכטן האב איך געזען אז דער ראש ישיבה שליט"א וויל מיך נישט גריסן, און דאס האט מיר זייער וויי געטון, איך האב אנגעהויבן טראכטן אז דער ראש ישיבה שליט"א איז ברוגז אויף מיר, אבער איך ווייס נישט פארוואס?


איך בעט איבער דעם ראש ישיבה שליט"א אויב איך האב געמאכט צער, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף בין איך גריייט צו הערן וואס צו פאררעכטן, ביטע אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר זאגן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אוי וויי איז מיר אז איך האב דיר געמאכט צער. איך האב דיך אפילו נישט געזען, איך בעט דיר איבער, איך זאג דיר דעם ריינעם אמת, איך האב דיר נישט געזען.


אמאל פאסירט עס ביי מיר אז מען גריסט מיר אבער איך זע נישט דעם מענטש.


שטארק זיך מיט דיין עבודת השם, לערן דיינע שיעורים כסדרן, זיי זיך מתבודד, און זיי מגלה ומפרסם דעם הייליגן רבי'ן פאר אלעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - דארף איך טוישן די מנהגים פון מיין טאטע און זיך פירן ווי היכל הקודש?
שבת קודש, ספיקות, היכל הקודש, מנהגים, עבודת השם, בלבולים, ניטל, שבועות, תשעה באב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' איך האב נעכטן געענדיגט ששה סדרי משנה די צוויי און צוואנציגסטע מאל און היינט האב איך אנגעהויבן נאכאמאל. ברוך ה' איך הער די שיעורים און שמועסן פונעם ראש ישיבה שליט"א, ממש עס פרישט מיך אויף און עס לייגט אריין אמונה און בטחון אין מיינע ביינער. א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


איך וויל פרעגן א שאלה וואס איז מיר צומאל גורם בלבולים, איך רעד לגבי די מנהגים ווי אזוי מען פירט זיך אין היכל הקודש; איך ווייס אז אין היכל הקודש איז דער עיקר צו רעדן פונעם אייבערשטן, א פלאץ פון אמונה, בטחון און תורה ותפילה, און אזוי ווייטער, ווען עס קומט אבער צו פרטיות'דיגע מנהגים, איז מיר עס אפאר מבלבל, צום ביישפיל דאס וואס איך האב געזען תשעה באב אז מען זאגט נישט קיין קינות אום תשעה באב אינדערפרי, נאר מען זאגט נאכאמאל מגילת איכה. אויך דאס וואס מען זאגט נישט די געהעריגע לאנגע תיקון ליל שבועות אום יום טוב שבועות ביינאכט, נאר די קורצע. אויך אום ניטל פירט מען זיך אז מען לערנט יא.


מיין טאטע פירט זיך אזוי ווי אלע פירן זיך, און איך וויל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; זאל איך זיך פירן ווי מיין טאטע אדער ווי אין היכל הקודש?


אויך וויל איך פרעגן, מיין טאטע האט געלערנט אלס אינגל אין סאטמאר און ער איז זייער מקפיד אויפ'ן זמן רבינו תם, סיי לגבי זמן מוצאי שבת קודש און ביים אויספאסטן נאך א תענית; האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי איך זאל זיך פירן, זאל איך ממשיך זיין צו טון אזוי ווי מיין טאטע אדער נישט?


יישר כח


 


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי זיך נישט מבלבל פון גארנישט, געב א קוק אויף תכלית; וואס האסטו אין די האנט? האסט צוויי און צוואנציג מאל ששה סדרי משנה, דאס איז מער פון אלעמען, אויך ווערסטו געשטארקט מיט אמונה און בטחון; אויף דעם זאלסטו קוקן.


מיר זאגן אויך קינות, מיר ליינען מגילת איכה סיי בייטאג און סיי ביינאכט און מיר זאגן די קינות פון ביינאכט, אויך אינדערפרי זאגן מיר די קינות פון ביינאכט, און אז דו ווילסט זאגן דעם גאנצן קינות - קענסטו דאס זאגן.


אזוי אויך קענסטו זאגן דעם גאנצן תיקון ליל שבועות, קיינער זאגט נישט מען זאל דאס נישט זאגן; מוהרא"ש זאגט, מענטשן זאגן בכלל נישט דעם תיקון ליל שבועות ווייל מען זעט אז דאס איז זייער אסאך און דעריבער האלט מען זיך צוריק פון זאגן, אויף דעם ארויף זאגט מוהרא"ש מען זאל זאגן די ערשטע פסוק און די לעצטע פסוק, און די תרי"ג מצוות וואס דאס נעמט נישט לאנג, דאס קענען אלע באווייזן.


בנוגע לערנען ניטל; מוהרא"ש זאגט מען זאל גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פארטאגס לערנען, איך ווייס נישט פארוואס דו קוקסט אויף די אלע זאכן שווארץ.


בנוגע זמן רבינו תם; אודאי און אודאי זאלסטו האלטן די זמן רבינו תם, דאס האט נישט מיט חסידי סאטמאר, דאס איז דער זמן וואס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך, אלע דארפן האלטן דעם זמן.


דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בריש ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מיין ליבער איידעם, איך בעט דיר זייער, זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא און שלחן ערוך, זאלסט חס ושלום נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פון עיקר א טפל; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט און וואס עס איז געווען ביים רבי'ן אן עיקר - נאר תורה, תפילה ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - ווי אזוי קען איך זיך שפירן א חלק פון היכל הקודש?
ספרי ברסלב, ספיקות, היכל הקודש, עצתו אמונה, בלבולים, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער הנאה צו הערן די שיעורים פון אמונה. איך בין קראנק אויף די מחלה פון טראכטן א גאנצע טאג, דאגה'ן א גאנצן צייט און פארגעסן אז מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, מיט'ן ארבעטן אויף אמונה און תפלה, קען מען אלץ האבן א רואיגע און שיינע לעבן, און מיט די שיעורים פון אמונה ווערט אלעס בעסער.


איך וויל פרעגן וואס איך זאל טון אז איך שפיר וואו איך באלאנג נישט אין היכל הקודש? איך פיל אזוי ווי איך דארף קודם זיך טוישן די וועג ווי אזוי איך גיי אנגעטון, די וועג ווי אזוי איך רעד, און בכלל ווער איך בין, און ערשט נאכדעם וועל איך קענען זיין א חלק פון היכל הקודש.


פון איין זייט בין איך אזוי אליינס, נאר ביי היכל הקודש זאגט מען מיר אז עס איז יא דא פלאץ פאר מיר; אבער פון די אנדערע זייט, האב איך די סארט מחשבות אז איך באלאנג נישט דא.


עס איז זייער שווער פאר מיר, ווייל איך וויל נישט זיין קיין רחמנות. איך שעם זיך אז מענטשן זאלן וויסן וואס גייט אויף מיר אריבער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס איז היכל הקודש? ווער איז היכל הקודש? היכל הקודש איז שכל, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן; היכל הקודש איז נישט א וועג ווי אזוי מען דארף רעדן, ווי אזוי מען גייט אנגעטון, היכל הקודש איז חיזוק און עצות ווי אזוי זיך צו דערהאלטן, ווי אזוי זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן.


איך געדענק ווען איך בין אנגעקומען צו מוהרא"ש, איך האב געמיינט דער איז היכל הקודש, יענער איז היכל הקודש; איך האב געהאט חלישות הדעת פון דעם און פון יענעם, און במשך א שטיק צייט נאכן הערן פון מוהרא"ש איין שיעור נאכן צווייטן, אז זיין א ברסלב'ער חסיד האט נישט מיט מענטשן, נאר דער וואס לערנט דעם רבינ'ס ספרים - דער איז א ברסלב'ער חסיד, מוהרא"ש האט דאס געחזר'ט פאר אונז אן א שיעור מאל, 'קוק נישט אויף קיינעם, ווער נישט איבערגענומען פון דעם פון יענעם, קוק אין די ספרים, לערן די ספרים, לעב מיט די ספרים - דאס איז ברסלב'.


היכל הקודש איז נישט דער אדער יענער, היכל הקודש איז שכל, חיזוק און עצות - וואס מוהרא"ש האט ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים, א וועג פאר אונז פשוט'ע מענטשן צו קענען לעבן, זיך קענען אן עצה געבן מיט די שוועריקייטן, דער וואס לערנט די ספרים און פירט זיך מיט די עצות - דער איז היכל הקודש; נישט דער און נישט יענער.


מאכט זיך א שיעור אין די בריוו עצתו אמונה, דאס וועט אייך געבן חיזוק אין אלע שווערע צייטן און אייך ווייזן א שיינע וועג ווי אזוי צו לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - ווי אזוי שטארק איך זיך, ווען מען מאכט אוועק דעם דרך הלימוד?
מוהרא"ש, בחור, ישיבה, סדר דרך הלימוד, בלבולים, לצנות, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


נעכטן האט מען אנגעהויבן דעם נייעם זמן אין די ישיבה וואו איך לערן, עס איז געווען פייערדיגע פתיחה דרשות פון די מגידי שיעור, יעדער האט גערעדט אויף זיין אופן אז דעם זמן גייט מען זיך נעמען אין די הענט אריין, אבער איין נקודה האבן אלע געזאגט אייניג אז אין דעם זמן גייט מען נישט סתם זאגן די ווערטער, עס איז גארנישט ווערד, מען גייט נאר לערנען ווי עס דארף צו זיין.


זיי האבן נאך נאכגעברענגט א בריוו פון איינע פון די זקנים אין ברסלב, אז אין די לעצטערע יארן האט זיך אריינגעכאפט אין ברסלב אז דעם רבינ'ס זאך האט נישט קיין שייכות מיט לימוד התורה, די בחורים ברענען ביי חצות און התבודדות און אלע ענינים פון רבי'ן, אבער מ'לערנט נישט, אדער מ'זאגט סתם די ווערטער, און אזוי ווייטער.


איך האב געשפירט גלייך ביי די פתיחה דרשה אז לויט ווי זיי לייגן עס אראפ, גיי איך פשוט אפשימלען אין די קומענדיגע עטליכע חדשים.


איך האב געהערט פון אסאך בחורים וואס האבן געזאגט אז זיי געדענקען שוין נישט ווי אזוי מען עפנט אויף א אידיש ספר, ווייל זיי האבן שוין נישט געעפנט קיין ספר פאר א גאנצע חודש. און איך, וואס איך האב אזויפיל תורה געזאגט אין די לעצטע חודש, דאס הייסט נישט געלערנט.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט האבן עפעס חיזוק פאר מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי נישט אין קיין ויכוחים מיט קיינעם, בפרט מיט לצים וואס פאררופן זיך חסידי ברסלב; זיי וועלן דיר אפקילן פון לערנען די הייליגע תורה, זיי וועלן דיר פארדרייען דעם קאפ מיט ליצנות, נאכדעם וועסטו גארנישט האבן.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אונז געלאזט צוואה מיר זאלן נישט טענה'ען מיט קיינעם בענין דעם רבינ'ס דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מוהרא"ש זאגט אויבן אין הימל וועט מען זען דאס ווארהייט פון לערנען תורה אפילו אן פארשטיין, מוהרא"ש זאגט (צוואת מוהרא"ש, אינמיטן אות יג): וֶוען אִיר וֶועט אָנְקוּמֶען אוֹיפְן עוֹלָם הָאֱמֶת דַאן וֶועט אִיר זִיךְ אַלֵיין אִיבֶּערְצַייגְן אִין דִי רִיכְטִיגְקַייט פוּן דֶעם "סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד" וָואס דֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז גֶעגֶעבְּן. עֶס אִיז אַ שָׁאד דִי צַייט זִיךְ צוּ טַעֲנָה'עֶן מִיט מֶענְטְשְׁן אִיבֶּערְן "סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד". "טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב ה'" - פְּרוּבִּירְט עֶס אַלֵיין אוֹיס, וֶועט אִיר זֶען וִוי גֶעשְׁמַאק אוּן זִיס דָאס אִיז. וֶוען אִיר וֶועט זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ לֶערְנֶען אוֹיפְן "סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד" וֶועט אִיר שְׁפִּירְן אַלֶע גוּטֶע טַעֲמִים דֶערִין, דָאס וֶועט אַייךְ גֶעבְּן אַ חִיוֹת אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט.


וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס לָאזְט זִיךְ נִישְׁט נַארְן, עֶר וֵוייסְט אַז דֶער עִיקָר פַארְוָואס מֶען לֶערְנְט תּוֹרָה אִיז נָאר צוּ טוּן דִי וִוילְן פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, מֶען לֶערְנְט כְּדֵי מְקַיֵים צוּ זַיין דִי מִצְוֹת פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, צוּ מַאכְן אַ נַחַת רוּחַ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן. אוּן דַאן אִיז דָאס גַאנְצֶע לֶערְנֶען מַמָשׁ "תּוֹרָה לִשְׁמָהּ" מֶען לֶערְנְט נָאר פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן נִישְׁט אוֹיף צוּ בַּאקוּמֶען כָּבוֹד פוּן מֶענְטְשְׁן, צוּ הֵייסְן אַ רָב, אַ לַמְדָן, אַ צַדִיק אָדֶער אַ בַּעַל מְקוּבָּל, מֶען לֶערְנְט נָאר פָּשׁוּט פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס וֶועגְן, עֶס אִיז נִישְׁטָא קַיין גְרֶעסֶערֶע זַאךְ פוּן דֶעם. אוֹיבּ וֶועט אִיר מִיר פָאלְגְן מִיט דֶעם וֶועט אִיר בִּכְלַל נִישְׁט חֲרָטָה הָאבְּן, נִישְׁט אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן נִישְׁט אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט.


איך האב דא פאר מיר די צוואה פון מוהרא"ש, עס איז אזא ליכטיגע צוואה; ווען מען לערנט די צוואה טוט מען גלייך תשובה, עס וועקט אויף צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


מוהרא"ש האט אונז שוין געזאגט אסאך יארן איידער זיין הסתלקות די ווערטער: "איך האב געזען זייער אסאך צוואות פון צדיקים און גרויסע לייט, אבער איך האב אנגעגרייט פאר ענק א הערליכע צוואה וואס איז נאכנישט געווען"; עס איז כדאי דו זאלסט אריינקוקן די גאנצע צוואה, בפרט דעם גאנצן אות (אות יג), וואו מוהרא"ש רעדט פון דאס גרויסקייט פון לערנען תורה:


מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן מַיינֶע טֵייעֶרֶע תַּלְמִידִים וֶועלְכֶע לֶערְנֶען מַיינֶע סְפָרִים, אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר אַז אִיר זָאלְט אַייךְ גוּט אִיבֶּער קְלֶערְן וָואס עֶס גֵייט פָאר אוֹיף דִי וֶועלְט. וֶוען מֶען טְרַאכְט גוּט אַרַיין אִין דָאס לֶעבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט זֶעט מֶען אַז דָאס לֶעבְּן לוֹיפְט דוּרְךְ זֵייעֶר שְׁנֶעל, דָאס גַאנְצֶע לֶעבְּן אִיז נִישְׁט מֶער וִוי אַן אוֹיגְן בְּלִיק, וִוי דִי שָׁאטְן פוּן אַ פֵייגְל וָואס פְלִיעט דוּרְךְ, אָט אִיז מֶען דָא אוּן אָט גֵייט מֶען שׁוֹין צוּרִיק אִין דֶער עֶרְד.


אוּן דַאן, וֶוען מֶען גֵייט אַוֶועק פוּן דֶער וֶועלְט, בְּלַייבְּט גָארְנִישְׁט אִיבֶּער פוּנֶעם מֶענְטְשׁ, נָאר דִי גוּטֶע זַאכְן וָואס מֶען הָאט זוֹכֶה גֶעוֶוען אַרַיינְצוּכַאפְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט. דִי מִשְׁנָה זָאגְט (אָבוֹת פֵּרֶק ו') "אֵין מְלַוִין לוֹ לְהָאָדָם לֹא כֶסֶף וְזָהָב, וְלֹא אֲבָנִים טוֹבִים וּמַרְגָּלִיּוֹת, אֶלָא תּוֹרָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בִּלְבָד" - עֶס בַּאגְלֵייט נִישְׁט אַ מֶענְטְשׁ, נִישְׁט קַיין גָאלְד אוּן זִילְבֶּער, אוּן נִישְׁט קַיין טֵייעֶרֶע דִיאמַאנְט שְׁטֵיינֶער, נָאר תּוֹרָה אוּן מַעֲשִׂים טוֹבִים.


דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר גֶעדֶענְקֶען דִי טֵייעֶרֶע מַתָּנָה וָואס מִיר הָאבְּן בַּאקוּמֶען פוּן רֶבִּי'ן, וָואס דָאס אִיז דֶער "סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד", וָואס דוּרְךְ דִי גְרִינְגֶע אוּן גֶעשְׁמַאקֶע וֶועג קֶענְט אִיר זוֹכֶה זַיין אַדוּרְךְ צוּ גֵיין אוּן דוּרְךְ שְׁפַּאצִירְן מַמָשׁ אִין אַלֶע חֲלָקִים פוּן דִי גַאנְצֶע תּוֹרָה, אִין מִקְרָא, מִשְׁנָה אוּן גְמָרָא, אִין בַּבְלִי, יְרוּשַׁלְמִי אוּן תּוֹסֶפְתָּא, דֶעם גַאנְצְן רַמְבַּ"ם, טוּר אוּן שֻׁלְחָן עָרוּךְ, אַלֶע סָארְט מִדְרָשִׁים, דִי גְרוֹיסֶע מִדְרָשִׁים אוּן דִי קְלֶענֶערֶע, סַפְרָא, סִפְרִי אוּן מְכִילְתָּא, אַלֶע סִפְרֵי הַזוֹהַר הַקָדוֹשׁ אוּן תִּקוּנֵי זוֹהַר, אַלֶע כִּתְבֵי אֲרִיזַ"ל, אַלֶע חַסִידִישֶׁע סְפָרִים פוּן דִי תַּלְמִידֵי בַּעַל שֵׁם טוֹב זי"ע, אַלֶע סִפְרֵי מוּסָר, אַלֶע סִפְרֵי פּוֹסְקִים, אַלֶע הֲלָכָה סְפָרִים, אוּן אַזוֹי וַוייטֶער.


נָאר דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה וָואס מֶען הָאט אַרַיינְגֶעכַאפְּט צוּ לֶערְנֶען דָא אוֹיף דִי וֶועלְט, נָאר דָאס וֶועט אִיר מִיטְנֶעמֶען אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט, נָאר דָאס אִיז אֵייעֶר עַשִׁירוּת אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט. אוֹיבּ הָאט מֶען נִישְׁט קַיין תּוֹרָה, אִיז דִי גַאנְצֶע לֶעבְּן גָארְנִישְׁט וֶוערְד. אַ מֶענְטְשׁ וֶוערְט גֶעמָאסְטְן לוֹיט וִויפִיל תּוֹרָה עֶר הָאט גֶעלֶערְנְט, לוֹיט וִויפִיל עֶר הָאט זִיךְ גֶעפְלַייסְט צוּ לֶערְנֶען אוּן עוֹסֵק זַיין אִין דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה.


דִי תּוֹרָה אִיז דִי חָכְמָה פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, וֶוען אַ מֶענְטְשׁ לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין דִי תּוֹרָה, נֶעמְט עֶר אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס חָכְמָה, אוּן דָאס אִיז דִי בֶּעסְטֶע זַאךְ וָואס מֶען קֶען נָאר טוּן. עֶס אִיז נִישְׁטָא נָאךְ אַזַא זִיסֶע אוּן גֶעשְׁמַאקֶע זַאךְ וִוי דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, חֲזַ"ל זָאגְן (אָבוֹת פֵּרֶק ו') "אֵין טוֹב אֶלָא תּוֹרָה, שֶׁנֶאֱמַר (מִשְׁלֵי ד ב) כִּי לֶקַח טוֹב נָתַתִּי לָכֶם תּוֹרָתִי אַל תַּעֲזֹבוּ" - עֶס אִיז נִישְׁט דָא נָאךְ אַזַא גוּטֶע זַאךְ אַזוֹי וִוי תּוֹרָה. אוֹיבְן אִין הִימְל אִיז נָאר חָשׁוּב תּוֹרָה.


דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ, מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, זֶעט צוּ בַּאשְׁטִימֶען צַייט צוּ לֶערְנֶען תּוֹרָה, צוּ אַרָאפּ גַנְבְ'עֶנֶען צַייט צוּ לֶערְנֶען יֶעדְן טָאג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, גֶעדֶענְקְט גוּט אַז נָאר דָאס וֶועט בְּלַייבְּן פוּן אַייךְ. וִויפִיל מֶען כַאפְּט אַרַיין אִיז גוּט, "אֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִּלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן אֶת לִבּוֹ לַשָּׁמַיִם". זֶעט צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן מֶענְטְשְׁן וָואס פַארְבְּרֶענְגֶען דִי טֵייעֶרֶע צַייט מִיט שְׁטוּתִים וַהֲבָלִים, מִיט נַארִישְׁקַייטְן, אָדֶער נָאךְ עֶרְגֶער, מִיט זַאכְן וָואס מֶען טָאר נִישְׁט רֶעדְן, וִוי לָשׁוֹן הָרַע, רְכִילוּת אוּן לֵיצָנוּת א.א.וו. זֶעט צוּ אַנְטְלוֹיפְן יֶעדְן טָאג צוּ דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, מַמָשׁ מִיט מְסִירַת נֶפֶשׁ.


זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם.

#3 - ווי אזוי קען איך זיין רואיג ביים פרעגן א שאלה פון א דיין?
הלכה, סיפורי צדיקים, ספיקות, שמחה, דאווענען, חומרות, ריינקייט, בלבולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א גרויסע פראבלעם ווען עס קומט צו פרעגן שאלות פון א דיין, איך האב אלץ ספיקות און פחדים אז אפשר האב איך נישט גוט מסביר געווען מיין שאלה פאר'ן דיין, אפשר האט ער נישט גוט פארשטאנען וואס איך האב געפרעגט, אפשר האט ער נישט געזען אלעס וואס ער האט געדארפט זען, און אזוי ווייטער בין איך אלץ פול מיט ספיקות צי איך האב טאקע באקומען דעם ריכטיגן און אמת'ן פסק, זייער אסאך מאל רוף איך צוריק דעם דיין איבערפרעגן נאכאמאל, און אפילו דעמאלט לעב איך אין א כסדר'דיגע פחד אז אפשר האב איך נישט באקומען די ריכטיגע פסק הלכה, און אפשר וועט דאס חס ושלום שאטן פאר מיינע קינדער.


נאך א פראבלעם האב איך ביים דאווענען, איך בין אלץ נערוועז אז אפשר זענען מיינע קליידער געווארן אביסל נאס אדער שמוציג ביים ארויסגיין, און מען טאר נישט אזוי דאווענען.


ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט די אלע ספיקות און בלבולים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג זאגן, עמל"ק באטרעפט דאס ווארט ספ"ק; די זאך פון עמלק איז אריינברענגען ספיקות און בלבולים, צעטומלען דעם מענטש, ביז ער ווארפט אים אריין אין א מרה שחורה השם ישמרינו. דער ס"מ קומט צו יעדן איינעם מיט אן אנדערע וועג ווי אזוי ער קען אים צעטומלען, מיט דעם ווארפט ער אראפ דעם מענטש.


אז מען פרעגט דעם דיין א שאלה און דער דיין ענטפערט - טאר מען נישט נאכדעם איבער טראכטן 'אפשר האב איך נישט גוט מסביר געווען די שאלה?' 'אפשר האט דער דיין נישט געזען די גאנצע שאלה?' אפשר אהער און אפשר אהין; די אלע ספיקות איז חזיר טריף, עס איז פון מרה שחורה, עס איז נישט פון קדושה.


אזוי אויך די חכמות פון נישט דאווענען, ווייל אפשר זענען די קליידער שמוציג וכו' וכו'; אויף דעם זאגן שוין די הייליגע חכמים (ברכות כה.): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", די תורה איז נישט געגעבן געווארן פאר מלאכים; די גמרא זאגט דאס אז מען מעג ליינען קריאת שמע וכו'.


הלואי זאלסטו אריינלייגן דיינע חומרות און פרומקייטן אין די מצוה פון שמחה. מוהרא"ש זאגט, דאס וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רלה): "רָאוּי לְכָל אָדָם שֶׁיִּבְחַר לְעַצְמוֹ מִצְוָה אַחַת", עס איז גוט מען זאל זיך נעמען איין מצוה, "שֶׁבְּאוֹתָהּ הַמִּצְוָה יְדַקְדֵּק הַרְבֵּה וִיקַיֵּם אוֹתָהּ הַמִּצְוָה עִם כָּל הַחֻמְרוֹת וְהַדִּקְדּוּקִים", און מען זאל אריינלייגן אלע חומרות און דקדוקים אין די מצוה, אזוי ווי מען זעט אין די הייליגע גמרא, מען פרעגט די קינדער פון די הייליגע תנאים און אמוראים (שבת קיח:): "אָבִיךָ בְּמַאי זָהִיר טְפֵי", אין וואס פאר א זאך איז דיין טאטע געווען זייער געווארנט?


זאגט מוהרא"ש, וואס פאר א מצוה זאלן מיר נעמען פאר אונזער מצוה וואו מען וועט אריינלייגן אין דעם אלע חומרות און דקדוקים? שמחה! דער רבי האט אונז געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך; דארף מען זען דאס מקיים זיין מיט אלע חומרות, דאס הייסט אפילו מען האט נישט וויאזוי צו זיין פרייליך און פארוואס צו זיין פרייליך - דארף מען מחמיר זיין אין דעם.


לאז אפ דיינע חכמות, די חכמות הרג'עט דיר דיין לעבן, חכמות פירט דעם מענטש אין שאול תחתית. דער רבי האט געזאגט פאר רבי ראובן יוסל, א זון פון רבי ישראל שוחט, ווען ער האט געפירט א דין תורה און דער רבי האט געזען ווי ער זוכט אלע סארט חכמות: "דאס איז דיין טאטנ'ס חכמות, דיין טאטנ'ס חכמות טרייבן אים אין שאול תחתית", כידוע איז ער ארום געלאפן אין אלע שטעטלעך צו אלע רבנים מיט חומרות אויף חומרות; דער רבי האט אלץ חוזק געמאכט פון זיינע חומרות.


איך בעט דיר זייער, לאז אפ די אלע חכמות; אז דער דיין פסק'נט - איז גע'פסק'נט, נישטא קיין איבער טראכטן, נישטא קיין איבערקלערן. דער רבי איז געווען זייער שטארק קעגן חומרות (קוק נאך די שיחה; שיחות הר"ן, סימן רלה), אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (עבודה זרה ג.): "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא עִם בְּרִיּוֹתָיו", נאך זאגן זיי (ברכות כה.): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", דער אייבערשטער האט נישט געגעבן די תורה פאר מלאכים, נאר פאר אונז מענטשן לויט די וועג ווי אזוי מיר קענען דאס מקיים זיין, אפילו אויף דעם וואס שטייט פון די פריערדיגע (עיין ספר חרדים, פרק סא) אז יעדער איד זאל נעמען א מצוה און אין די מצוה זאל ער מקפיד זיין און מחמיר זיין מיט אלע הידורים וכו', מיינט מען אויך נישט צו זאגן מען זאל אריינלייגן אין די מצוה חומרות פון שטות, שגעון און מרה שחורה, נאר מדקדק זיין אן קיין נארישע חומרות; הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו מקיים זיין אלעס וואס דער אייבערשטער זאגט אין די תורה בפשיטות, ווייל דער עיקר אידישקייט איז תמימות ופשיטות, מען זאל זיך פרייען מיט די תורה ומצוות; עיין שם.


אפילו לגבי חומרות אום פסח האט דער רבי נישט געהאלטן אז מען זאל מקפיד זיין מיט חומרות וואס ברענגט מרה שחורה; דער רבי האט דערציילט (שיחות הר"ן, שם) אז ווען ער איז געווען יונג און ער האט נאכנישט געוויסט דאס שעדליכקייט פון חומרות וכו' איז ער אויך אריינגעפאלן אין דעם. ווען עס איז געקומען דער יום טוב פסח האט ער נישט געוויסט וואס צו טון; יעדעס מאל איז אים אריינגעקומען נאך און נאך חומרות, ביז איין מאל האט ער געטראכט צו זיך: 'וואס טוט מען צו האבן ריינע וואסער אויף פסח, ווי אזוי קען איך אכטונג געבן צו האבן ריינע וואסער אויף פסח אן קיין חשש חמץ?' דעמאלט איז געווען די סדר אז מען פלעגט אנשעפן וואסער פאר גאנץ פסח, אבער דער רבי האט געטראכט אז דאס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן ווייל מען קען נישט אפהיטן די וואסער פאר דעם גאנצן יום טוב אז עס זאל נישט צוקומען צו דעם קיין משהו חמץ, ביז דער רבי האט געטראכט אז דאס בעסטע וואסער וואלט געווען "קוואל וואסער", ווייל א קוואל האלט דאך אין איין קוועלן פרישע וואסער כסדר אן קיין שום חשש חמץ. אבער דארט וואו דער רבי האט געוואוינט איז נישט געווען קיין קוואל וואסער, האט ער געטראכט אוועק צו פארן מיט די משפחה אויף יום טוב צו א פלאץ וואו עס איז דא א קוואל, אזוי שטארק זענען געווען זיינע חומרות אויף פסח; האט דער רבי אויסגעפירט: "אבער ברוך השם אז היינט דארף איך נישט קיין חומרות, היינט ווייס איך אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים, היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליינס".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2 - וועלכע נוסח אין תרגום זאל איך זאגן?
ספיקות, מעביר סדרה, בלבולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי ס'איז דא פארשידענע נוסחאות אין תרגום, האב איך געוואלט וויסן אויב איך זאל זיך האלטן צו איין נוסח, פון איין געוויסע חומש, אדער איז נישט קיין חילוק, נאר אין סיי וועלכע חומש איך זאג, קען איך זאגן די תרגום וואס שטייט דארט, אפילו איך וועל יעדעס מאל זאגן אן אנדערע נוסח?


אמאל קען בולט זיין א געוויסע טעות אין תרגום, דארף איך גיין קוקן אין אן אנדערע חומש אויב ס'איז א טעות, אדער קען איך עס זאגן לויט ווי איך געדענק ווי אזוי דאס ווארט קומט באמת מנוקד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי זיך נישט מבלבל פון דעם, זאג די חומש און תרגום וויאזוי דו זעסט אינעם חומש.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה ב, ד): "אָמַר רֶבִּי אַחָא עַם הָאָרֶץ שֶׁקּוֹרֵא לְאַהֲבָה אֵיבָה, כְּגוֹן וְאָהַבְתָּ וְאָיַבְתָּ", אן עם הארץ וואס ווייסט נישט וויאזוי ארויסצוזאגן די ווערטער פון קריאת שמע, אנשטאט זאגן (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה'" - זאגט ער "וְאָיַבְתָּ", זאלסט פיינט האבן חס ושלום, "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְדִלּוּגוֹ עָלַי אַהֲבָה", זאגט דער אייבערשטער, איך האב ליב זיינע גרייזן; "אָמַר רֶבִּי יִשָֹּׂשׂכָר, תִּינוֹק שֶׁקּוֹרֵא לְמשֶׁה מַשֶׁה, לְאַהֲרֹן אַהֲרַן, לְעֶפְרֹן עֶפְרַן, אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא וְלִיגְלוּגוֹ עָלַי אַהֲבָה", א קינד וואס ווייסט נישט ווי אזוי מען זאגט די ווערטער, אנשטאט משה - זאגט ער מאשע, אנשטאט אהרן - זאגט ער אהראן, אויף דעם זאגט דער אייבערשטער "איך האב ליב דאס וואס זעט אויס ווי א געשפעט, א חוזק"; איז זיכער אז ווען א איד איז מעביר סדרה און ער זאגט ארויס די ווערטער ווי אזוי עס דארף צו זיין - דארף ער נישט טראכטן 'אפשר איז דא טעותים אין די חומש?'


אויף דעם זאגט שוין דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייעניש, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודות השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה אדער נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין, וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט, זיי לעבן אלץ אין ספיקות, און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1 - זאל איך ארויסנעמען אן הלוואה צו קענען קויפן א קאר?
חובות, תפילה והתבודדות, ספיקות, בלבולים, קאר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך ווייטער מחזק מיט די שיעורים און מיט די בריוו אין עצתו אמונה, און די ניגונים געבן מיר אריין ממש א נייע לעבן.


איך האב א קאר, איך וויל יעצט קויפן א נייע, איך האב אבער נישט דאס געלט דערפאר, וויל איך פרעגן אויב איך זאל נעמען אן הלוואה פון די באנק אויף דעם. מיין פראבלעם איז ווייל דער רבי זאגט דאך אז ווער ס'וויל תשובה טון זאל אכטונג געבן נישט צו זיין א בעל חוב.


די גרעסטע בלבול האב איך ווען איך טראכט פארוואס איך דארף בכלל בארגן געלט. דאס איז נישט דוקא נאר ביי די קאר נאר ביי יעדע זאך אין לעבן, ווי אזוי ווייס איך אויב איך טו ריכטיג אדער נישט? דער אייבערשטער פירט דאך יעדע זאך, וואלט איך דאך געדארפט נאר בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס איך דארף, און בלויז זיצן און ווארטן מיט געדולד, אויב איז עס גוט פאר מיר וועט עס מיר דער אייבערשטער דאך געבן, ער האט דאך אלעס און ער קען אלעס, און אויב איז עס נישט גוט פאר מיר, וועל איך דאך עס סיי ווי נישט באקומען. ווי אזוי קען איך וויסן וואס איך האב צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט טאקע געזאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב - יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון זאל אכטונג געבן פון האבן חובות; אבער אז דו דארפסט האבן א קאר זאלסטו נעמען אן הלואה פון באנק און קויפן די קאר.


א קאר איז א וויכטיגע זאך, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רל): "טּוֹב הָיָה שֶׁיִּהְיֶה לְאִישׁ כָּשֵׁר סוּסִים שֶׁיִּסַּע בְּכָל פַּעַם עִם בְּנֵי הַנְּעוּרִים לְתוֹךְ אֵיזֶה יַעַר וְכַיּוֹצֵא, וְשָׁם יְדַבְּרוּ יִרְאַת שָׁמַיִם וְיִהְיֶה לָהֶם הִתְבּוֹדְדוּת וְכוּ', כִּי בְּשָֹדֶה וְיַעַר טוֹב מְאֹד לְהִתְבּוֹדְדוּת", עס איז גוט צו האבן אן אייגענע קאר, אזוי קען מען גיין התבודדות און זיך מחזק זיין.


אויף דיין צווייטע פראגע, ווי אזוי דו קענסט וויסן וואס יא און וואס נישט? זיי זיך מתבודד וועסטו וויסן וואס יא און וואס נישט; אז מען בעט דעם אייבערשטן מיט אן אמת, מען שמועסט זיך דורך מיט אן אמת, מען שמועסט אויס אלע פרטים - באקומט מען ענטפערס, און אז מען ווייסט נאכאלץ נישט - קען מען אלץ פרעגן אן ערליכער איד ווי אזוי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.