שאלה אין קורצן ענין
#15 - איז א פראבלעם צו מאכן טערעפי פאר זעלבסט זיכערקייט?
סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, טערעפי, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זאגן א גרויסן יישר כח פאר די שיינע שיעורים וואס האט געטוישט מיין לעבן און מיך געברענגט צו רעדן צום אייבערשטען, מיר געגעבן שלום בית, מיר געמאכט ענדיגן שוין האלב ש"ס, מעביר סדרה זיין, און נאך פילע גוטע זאכן.


איך ווייס אז דער ראש ישיבה שליט"א האלט נישט פון טערעפי, איך האב אבער געוואלט וויסן אויב טערעפי צו באקומען זעלבסט זיכערקייט איז אויך א פראבלעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געקומען צום רבי'ן און אים פארציילט אלעס וואס גייט אריבער אויף אים וכו' וכו', האט אים דער רבי געזאגט: "נתן, קום אביסל שפאצירן", אזוי גייענדיג האט דער רבי ארויפגעלייגט זיין האנט אויף רבי נתן'ס אקסל און אים געזאגט אפאר ווערטער, וואס די פאר ווערטער האט געטוישט רבי נתן'ס גאנצע לעבן, דער רבי האט אים געזאגט: "און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטער פריינד"; דער רבי האט אים דעמאלט מגלה געווען דער ענין פון התבודדות, אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז צוגעוואוינט צו רעדן, און אים אלעס דערציילן, ער זאל גארנישט פארהוילן פונעם אייבערשטן.


דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן אז אויב ער וועט זיך צוגעוואוינען זיך צו פירן מיט די הנהגה, וועט אים אלעס גיין גרינגער און ער וועט האבן א זיס לעבן.


רבי נתן זכרונו לברכה האט שפעטער דערציילט: "ווען דער רבי האט ארויפגעלייגט זיין האנט אויף מיין אקסל און מיר געזאגט די ווערטער 'און ווייטער איז גוט, אז מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו א גוטע פריינד', האב איך פארשטאנען אז איך בין שוין א געהאלפענער, ווייל וואס עס זאל נאר נישט אריבער גיין אויף מיר וועל איך זיך נישט פארלירן, נאר איך וועל גיין צום אייבערשטן און אים אלעס דערציילן".


די בעסטע טעראפי איז די עצות פון רבי'ן; די עצות פון רבי'ן היילט אויס יעדע ווייטאג און ברענגט דעם מענטש צו שלימות. די עצה פון התבודדות, פון גיין אין א שטילע פלאץ און זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן - דאס איז א רפואה אין אלע בחינות, מען ווערט אויסגעהיילט בגוף ונפש, און אויך ווערט מען א גרויסער צדיק.


ווער עס פאלגט דעם רבי'ן, יעדן טאג רעדט ער זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, אויך דאנקט ער דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער האט, ער בעט אויף אלעס וואס ער דארף און ער דערציילט פארן אייבערשטן אלעס וואס באדערט אים, און אויב מען איז אראפגעפאלן און געטון שלעכטע מעשים - דערציילט מען עס פארן אייבערשטן, און מען בעט אים ער זאל מוחל זיין - דאס בויט אויף די זעלבסטזיכערקייט און מען לעבט שוין דא בזה העולם אין 'גן עדן'; אזא מענטש לעבט א חיים טובים, ער לעבט מיט אמונה, ער ווייסט אז קיינער קען אים נישט טשעפען און קיינער קען אים גארנישט שלעכטס טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - פארוואס לאכט מען פון מיר?
תהלים, בזיונות, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיינע שיעורים, איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איך זע אסאך מאל ווי מענטשן קוקן אין מיין ריכטונג און זיי לאכן, איך שפיר אז זיי לאכן פון מיר. איך ווייס נישט צי זיי לאכן טאקע דוקא פון מיר אדער נישט, אבער דאס אליין אז מיינע מחשבות ציען אלץ אויף דעם וועג אז מסתמא לאכן זיי מיר אויס, דאס שטערט מיר זייער שטארק, וואס קען איך טון אז מענטשן זאלן נישט לאכן פון מיר, און וואס קען איך טון אז איך זאל נישט טראכטן אז מען לאכט פון מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קיינער לאכט נישט פון דיר, קיינער טראכט נישט פון דיר; מאך זיך נישט נאריש, און אפילו דו וועסט מיר אויפווייזן אז מען לאכט יא פון דיר - דארף דיר דאס נישט אנגיין; וואס קען דיר א צווייטער טון?


זאג תהילים, דארט וועסטו זען ווי דוד המלך זינגט צום אייבערשטן אן א שיעור מאל: "איך האב פון קיינעם נישט מורא, קיינער קען מיר גארנישט טון"; דאס וועט דיר געבן זעלבסטזיכערקייט, דו וועסט באקומען א שטארקע אמונה, עס וועט דיר מער נישט אינטערעסירן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט.


דוד המלך זינגט (תהילים נו, יב): "בֵּאלֹקִים בָּטַחְתִּי" איך פארלאז זיך אויפ'ן באשעפער, "לֹא אִירָא" איך האב פון קיינעם נישט מורא, "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם לִי" וואס קען מיר א מענטש טון?


דורך זאגן תהילים וועסטו באקומען א שטארקייט, א זעלבסטזיכערקייט צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, עס וועט דיר נישט אינטערעסירן וואס מען זאגט אויף דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - מיין שווער קוקט מיר אראפ, וואס קען איך טון?
שווער און שוויגער, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב חתונה געהאט בערך א יאר צוריק, איך בין זייער צופרידן אינדערהיים. איין זאך שטערט מיר זייער שטארק, אז מיין שווער קוקט אויף מיר אראפ, ער איז מיר מבטל און האלט אז איך בין גארנישט ווערד.


מיין שווער איז א חשוב'ער מענטש, מיין טאטע איז אויך אן איש מכובד, ס'קוקט אויס אז די שידוך איז געמאכט געווארן לכבוד די מחותנים, אבער מיר אליין גלייכט נישט מיין שווער. ער זאגט מיר נישט קיין דעות, פארקערט, ער האט מיר נאך קיינמאל נישט געזאגט קיין דעה אויף וואס איך טו, און איך בין אים זייער מכיר טובה דערויף, אבער איך זע אויף זיינע בליקן, ווען איך זיץ ביי די סעודה און אנדערע פלעצער, אז ער איז מזלזל אין מיר, ער האלט פון מיר ווי פון א קליין קינד, און ווען איך רוף זיך אמאל אן עפעס ביי די סעודה אדער עפעס, קוקט ער אזוי זייטיג מיט זלזול, אמאל קען ער עס אפילו אוועקמאכן מיט א מאך מיט די הענט.


איך האב א נאנטע קשר אינדערהיים, איך בין זייער צופרידן און איך מיין אז זי איז אויך צופרידן. קען זיין אז איך בין נישט אזוי שטארק ווי מיין שווער, אדער ווי זיינע אנדערע קינדער. ווען ס'ווערט נולד א שאלה אין די משפחה, און אלע לומדים הויבן אן אריינצורעדן, בין איך דער קליין קינד. אבער גראדע, מיט מיינע שוואגערס בין איך זייער נאנט, איך שפיר זיך נישט אראפגעקלאפט פון זיי, אבער פון מיין שווער יא.


אסאך מאל פאר שבת, גרייט איך זיך צו, איך זאל קומען צוגעגרייט צו א סעודה און איך זאל האבן וואס צו רעדן, אבער מיט דעם אלעמען, ער באהאנדלט מיר ווי א קליין קינד, אפילו אין אנדערע זאכן. ער פילט אז איך בין א שוטה און איך שפיר עס נישט. איך האלט נישט אז ער האט טענות אויף זאכן וואס איך טו, איך מיין אז ס'איז נישטא אויף וואס צו האבן קיין טענות. ער באטראכט מיר נאר ווי א נאר, און ער מיינט אז איך שפיר עס נישט.


דאס שטערט מיר מורא'דיג שטארק און איך קען עס שוין נישט איבערטראגן. דער ראש ישיבה האט אן עצה פאר דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, ד' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך קען דיר נישט און איך קען נישט דיין שווער, איך ווייס נישט אויב עס איז טאקע אזוי; ווי איך פארשטיי פון דיינע ווערטער זעט מיר אויס אז דאס איז דיין אייגענע פראבלעם, עס איז דו אליינס וואס דו קלאפסט זיך אראפ ווען דו גייסט צו דיין שווער. דו ביסט נישט דער איינציגסטער מיט דעם פראבלעם, זייער אסאך אינגעלייט גייען דאס אריבער אין זייערע ערשטע יארן, מען צעדרוקט זיך אליינס, מען וויל מאכן א פנים פאר'ן שווער אז מען איז א למדן וכו'.


דאס זעלבע זענען דא פארקערט, אסאך צעדרוקן זיך פון זייער איידעם; מען הייבט אן מאכן נייע מנהגים פון ווען די טאכטער האט חתונה, מען האט מורא 'וואס וועט מיין איידעם זאגן אויף מיר? וואס וועט מיין איידעם טראכטן אויף מיר?' מען הייבט זיך אן פירן אנדערש ווי ביז אהער, דער איידעם זיצט ביים טיש מיט זיינע דמיונות און דער שווער זיצט אנטקעגן אים מיט זיינע דמיונות, ביידע שפילן א שווערע שפיל, עס דרוקט זיי אין מח, יעדער מיינט אז דער אנדערער קוקט אים אראפ אדער ארויף.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט ארויסגיין פון דמיון, זאלסט אנהייבן לעבן מיט'ן אייבערשטן; טון וואס דער אייבערשטער זאגט מיט א שמחה און אויב יענער האלט יא פון מיר אדער נישט - דאס האט נישט מיט מיר, דאס האט מיט יענעם. איך ווייס פון א ברסלב'ער חסיד וואס ביי אים איז נישט קיין חילוק ווען מען געבט אים א קאמפלימענט אדער מען זאגט אים קריטיק, ער פאר זיך בעט דעם אייבערשטן ער זאל טון נאר דעם רצון השם און וואס אנדערע זאגן האט נישט מיט אים, עס גייט אים ניטאמאל אן.


לאמיר זאגן אז עס איז יא אמת, דיין שווער לאכט זיך אונטער פון דיר, זאלסטו זיך נישט נעמען צום הארץ; זאלסט אכטונג געבן נישט צו דערציילן דיין ווייב, איך פארשטיי פון דיינע ווערטער אז דיין ווייב קוקט יא שיין אויף דיר, איז דאך גוט; דאס איז דאך דער עיקר, עס זאל זיין שלום אין שטוב, עס זאל זיין אהבה אין שטוב. זאלסט קיינמאל נישט רעדן צו איר קעגן אירע עלטערן; זאלסט איר שטענדיג זאגן 'דיין טאטע איז א גוטער מענטש', זי וועט דאס איבערזאגן פאר אירע עלטערן, אזוי וועט דיין שווער אנהייבן קוקן שיין אויף דיר.


אין יעדנפאלס, מען לאכט יא פון דיר - מען לאכט נישט פון דיר, דו זאלסט זען מען זאל האלטן פון דיר אין הימל, אויבן זאל מען קוקן שיין אויף דיר.


דערמאנסט מיר א מעשה וואס מוהרא"ש פלעגט אסאך דערציילן. עס איז באוויסט אז צדיקים האבן געהאט א גרויסער ענין צו אונטערהערן פסח ביינאכט ווי פשוט'ע מענטשן מאכן דעם סדר מיט זייערע גרייזן וכו', איינער פון די צדיקים האבן געהערט פסח ביינאכט ווי א פשוט'ער איד וויינט ביי די ווערטער: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר?" ער האט עס איבערגעזאגט נאכאמאל און נאכאמאל מיט הייסע טרערן, ווען מען האט אים געפרעגט: "וואס איז דא צו וויינען ביי די ווערטער?" האט ער געענטפערט: "איך פארשטיי נישט גארנישט, איך זע דער חכם זאגט עפעס, דער רשע זאגט עפעס, וואס גייט מיר אן וואס דער חכם זאגט אויף מיר? וואס גייט מיר אן וואס דער רשע האלט פון מיר? איין זאך גייט מיר אבער יא אן: 'תָּם, מָה הוּא אוֹמֵר'? ער ווייזט מיט'ן פינגער ארויף אויבן: 'וואס זאגט מען אויף מיר אויבן אין הימל (אויף רוסיש זאגט מען 'דארט' - תָּם); דער האלט פון מיר, דער צווייטער האלט נישט פון מיר, איינער זאגט איך בין א בטלן, א צווייטער זאגט איך בין א שלימזל, אבער רבונו של עולם וואס האלסטו פון מיר? רבונו של עולם איך וויל דו זאלסט קוקן אויף מיר גוט, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין הייליג; מער פון דעם אינטערעסירט מיר נישט'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו לעבן מיט אמונה, עס זאל אונז נאר אנגיין רצון השם יתברך.

#12 - מ'האט מיר זייער אראפגעקלאפט אלס קינד, ווי אזוי קען איך זיך שטארקן?
התחזקות, שלום בית, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים, דאס געבט מיר כסדר חיזוק און חיות אין מיין לעבן.


איך בין אויפגעוואקסן מיט א שווערע יונגט, מ'האט מיר אלץ אראפגעקלאפט, און וואס איך האב נאר געטון איז קיינמאל נישט געווען גענוג גוט, מ'האט מיר כסדר געמאכט שפירן שלעכט אויף יעדע זאך וואס כ'האב געטון. איך האב כמעט נישט באקומען קיין גוט ווארט, נאר פארקערט, א הויפן פון קריטיק אויף יעדן טריט און שריט. איך האב נישט געוואוסט אז א מענטש קען אמאל מאכן א טעות, און ער דארף נישט שפירן שלעכט מיט דעם פאר עטליכע טעג.


איך האב ברוך ה' זוכה געווען חתונה צו האבן, אבער מיט קיין איין טראפ זעלבס זיכערקייט, וואס האט ווי פארשטענדליך נישט צוגעהאלפן צו די שלום בית, אדער בכלל אין לעבן.


דער אייבערשטער האט געטון מיט מיר א גרויסע חסד אז איך בין געוואויר געווארן פון הייליגן רבי'ן, און דאס האט ממש געטוישט מיין לעבן צום גוטן, מיין שלום בית האט זיך גאר שטארק פארבעסערט, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


אבער איך בין נאכאלץ היבש סענסעטיוו, ווען איינער זאגט מיר נאר א קליין שלעכט ווארט, ווער איך זייער שטארק געטשעפעט, און איך שפיר ממש ווערטלאז, ממש ווי א שטיקל מיסט. איך קען טראכטן פאר לאנגע שעות ווי אזוי אנדערע מענטשן וועלן קוקן אויף מיר און טראכטן וועגן מיר. מיין שאלה איז ווי אזוי איך קען באקומען זעלבסט זיכערקייט, נישט ווערן צעבראכן ווען מ'קלאפט מיר אראפ, אדער ווען מען קריטיקירט מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא א שיינע בריוו מיט גוטע חיזוק וואס דער רבי האט געשריבן פאר זיין ברודער הרב רבי יחיאל זכרונו לברכה. דער רבי שרייבט אים (חיי מוהר"ן, סימן קסה; מכתבי רבינו ז"ל בתחלת ספר עלים לתרופה, מכתב ג): איך האב גרויס צער אז מען רודפ'ט דיר און איך וואונדער זיך ווי קען זיין קיינער זאל זיך נישט אננעמען פאר דיר; דער רבי שרייבט אים: "אֲהוּבִי אָחִי נַפְשִׁי וּלְבָבִי", מיין ליבער ברידער, "אַל תִּירָא וְאַל תֵּחַת מִפְּנֵיהֶם", האב נישט מורא פון זיי, האב נישט מורא פון קיינעם, "רַק חֲזַק וֶאֱמַץ בַּתּוֹרָה וּבְיִרְאַת ה' כָּל הַיּוֹם", גיי ווייטער אן מיט דיין עבודת השם, שטארק זיך אין תורה און אין יראת שמים, "כִּי כָּל זֶה לְגַדֵּל אוֹתְךָ וּלְהַרְבּוֹת כְּבוֹדְךָ וּלְגַדֵּל שִׂכְלְךָ", ווייל אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר איז נאר דיר צו שטארקן, דיר אויפצוהייבן דיין כבוד און גרויס מאכן דיין פארשטאנד.


"כִּי כְּמוֹ שֶׁאִי אֶפְשָׁר לְכָל מִינֵי זֵרְעוֹנִים לָבוֹא לְתַכְלִית גִּדּוּלָם", אזוי ווי קיין שום וואקסונג קען נישט וואקסן, "אֶלָּא עַד שֶׁנּוֹתְנִין מִתְּחִלָּה הַגַּרְעִין בֶּעָפָר", נאר ווען מען נעמט די זומען און מען לייגט עס אין דער ערד, "וְאַחַר כָּךְ הַגַּרְעִין נִתְבַּלֶּה", און די זומען ווערט פארפוילט אין דער ערד, "וְאַחַר בְּלוֹתוֹ יִפְרַח וְיָצִיץ וְנַעֲשֶׂה אִילָן גָּדוֹל", הערשט דעמאלט קען פון איר ארויסקומען א שיינע גרויסע בוים, "כֵּן הַדָּבָר הַזֶּה", אזוי איז מיט'ן מענטש, "שֶׁעַל יְדֵי זֶה שֶׁמַּשְׁפִּילִין אוֹתְךָ עַד עָפָר", ווען מען דערנידערט דעם מענטש ממש ביז צום ערד, "עַל יְדֵי זֶה תִּתְגַּדֵּל וְתָצִיץ וְתִפְרַח בָּעוֹלָם", דורך דעם שפראצט מען אויף אין די וועלט. דער רבי פירט אויס אינעם בריוו: "אִלּוּ הָיוּ יוֹדְעִין אֵלּוּ הָרְשָׁעִים מִזֶּה, בְּוַדַּאי לֹא הָיוּ מְבַזִּין אוֹתְךָ, כִּי כָּל כַּוָּנָתָם לְרַע", ווען די שלעכטע מענטשן וואלטן ווען געוויסט וואס פאר א טובה זיי טוען דיר מיט דעם וואס זיי טשעפען דיר און רודפ'ן דיר, וואלטן זיי דיר נישט פארשעמט.


דער בריוו איז גוטע חיזוק פאר דיר און פאר אלעמען; ווען מען שפירט זיך גארנישט, מען שפירט זיך אזוי דערנידערט - דעמאלט קען מען הערשט אנהייבן צו וואקסן. אזוי ווי א קערל הייבט אן וואקסן און שפראצן נאר נאכדעם ווען זי ווערט אינגאנצן אויס, אזוי אויך קען דער מענטש זוכה זיין צו קומען צו אלע דרגות שבעולם ווען ער איז ביי זיך גארנישט.


נעם אריין דעם אייבערשטן אין דיר וועט דיר נישט אנגיין וואס אנדערע זאגן, וואס אנדערע טראכטן אויף דיר; דו וועסט וואקסן העכער און העכער, דו וועסט צוקומען צו די דרגה פון צדיקים וואס געפונען זיך דא אין עולם הגשמי און זיי שפאצירן אין די עולמות עליונים, זייער מח טראכט שטענדיג פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - נאכ'ן דורכגיין א שווערע איבערלעבעניש, ווי אזוי קען איך גיין אין מקוה?
התחזקות, קדושה, מנוולים, אמונה, בחור, מקוה, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך שטארק באדאנקען אויף אלע שיעורים און בריוון, עצות וכו'.


איך וויל דא מיטטיילן א שווערע נושא וואס כ'האב מיט קיינעם ביז היינט נישט גערעדט. מיין טאטע האט מיר מחנך געווען צו גיין יעדן טאג אין מקוה פון די בר מצוה, ער האט מיר אנגעזאגט נישט צו גיין ווען ס'איז שטארק פול מיט אסאך מענטשן, און אויך נישט ווען ס'איז גאר ליידיג, נאר ווען ס'איז דא צום ווייניגסטן זיבן אכט מענטשן, ווייל אויב ס'איז ליידיג קען מען זיך אנטרעפן דארט נישט קיין ריינע מענטשן. און אזוי האב איך זיך געפירט פאר עטליכע יאר.


פאר כמעט א יאר צוריק, בין איך א דורך זייער א שווערע איבערלעבעניש, איך בין געגאנגען אין מקוה ווי יעדן טאג, און ס'איז געווען דארט עטליכע יודן וואס איך קען זיי פון שול און שכנים וכדומה, איך בין אריין אין בור, און אויף איינמאל כאפט מיך אן אן אומבאקאנטער פארשוין, און ווייזט מיר צו זיי שטיל, כ'האב פראבירט זיך ארויסציען פון אים אבער ס'נישט געווען מעגליך, און ער האט מיר אנגעהויבן באטאפן אויף אן עקלדיגע וועג.


מיך האט זייער געעקלט די גאנצע מעשה, איך בין געווען שטארק שאקירט, כ'האב נישט געשריגן פון רוב פאניק און שרעק, מיין טאטע פון אלס קינד זאגט מיך אן אז ס'איז א געפערליכע עבירה אנצורירן וואו מ'טאר נישט, און יעצט טוט ער דאס רחמנא ליצלן. אזוי האט ער מיר נישט אפגעלאזט ביז א דריי פיר מינוט, ביז איינער איז צוגעקומען אריינגיין אין וואסער האט ער מיך אפגעלאזט, כאילו לא היה.


איך בין גלייך ארויסגעלאפן, כ'האב אפי' נישט גענומען קיין שויער ווי געווענליך, כ'האב זיך גאר שטארק געשעמט צו דערציילן דארט ווער דאס איז וכו', ווייל מ'וועט קוקן אויף מיך אויך ווי א נעבעכדיגע בחור וואס מ'האט זיך מיאוס באשעפטיגט מיט אים. איך בין געווען זייער צובראכן און פארווייטאגט, אינדערהיים האט מען געפרעגט וואס איז געשען, האב איך זיך ארויסגעדרייט אז א חבר אין ישיבה האט מיך שטארק פארשעמט, און איך קען נישט זאגן פרטים.


נאך אפאר טעג האב איך זיך אביסל בארואיגט, אבער פון דעמאלט קען איך נישט גיין אין מקוה, איך נעם א האנטוך און איך מאך נאס די פיאות מ'זאל מיינען אז איך בין געווען אין מקוה, אבער ס'איז ממש אוממעגליך. אפילו ערב יום כיפור, וואס איז א הלכה אז מ'מוז גיין, בין איך געגאנגען, אבער נאר ווען כ'האב זיך אויסגעטון איז אלע שרעקליכע בילדער צוריק געקומען, אין כ'האב זיך גלייך צוריק אנגעטון און אוועק געגאנגען פון דארט, האפנדיג אז קיינער האט נישט באמערקט אז איך בין גאר אין מקוה נישט אריין.


איך בין קלאר ביי מיך, אז אויב איך וואלט געטראפן היינט דעם באנדיט, וואלט איך אנגעזאגט אנדערע זאלן אכטונג געבן פון אים, ווייל ער טשעפעט קינדער און יונגע בחורים, אבער זייט דעמאלט האב איך אים נאך קיינמאל נישט געזען. כ'האב אסאך מאל מתפלל געווען צום אייבערשטן ער זאל מיך ארויס נעמען די אלע פחדים, איך שעם זיך גאר שטארק צו גיין רעדן מיט איינעם אויף דער נושא, כ'האב זיך אליין געטראכט אז אפאר יאר פאר דעם בין איך דאך געגאנגען און אלעס איז געווען אין ארדענונג און איך דארף נישט צופיל מורא האבן, אבער וואס זאל איך טון אז ס'גייט מיך נישט ארויס פון קאפ די גאר שווערע צושטאנד וואס איך האב מיטגעמאכט. אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א עפעס א גוטע עצה פאר מיך? אויב יא וועל איך זיך שטארק פרייען.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


                        יום א' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין עסק צו אנטלויפן פון א פראבלעם; היינט איז עס מקוה, מארגן איז עס א צווייטע זאך אין א צווייטע פלאץ; וועסטו בלייבן א גאנץ לעבן פארשפארט אין שטוב?


הייב צוריק אן גיין אין מקוה, האב נישט מורא פון קיינעם; נעם אריין אמונה אין זיך, חזר טאג און נאכט: 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר, און נעבן מיר', דאן וועט דיר נישט פאסירן קיין שום שלעכטס. אזוי ווי מיר געפונען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (סנהדרין סז:): א כישוף מאכערטע האט געוואלט מאכן כישוף אויפ'ן הייליגן צדיק רבי חנינא, האט זי גענומען זאמד פון אונטער זיינע פוס, ווען רבי חנינא האט באמערקט וואס זי וויל טון האט ער איר געזאגט: "אִי מִסְתַּיְּיעַת זִילִי עֲבִידִי", איך האב נישט מורא פון דיר, קענסט פרובירן צו מאכן כישוף וויפיל דו ווילסט, עס שטייט (דברים ד, לה): "אֵין עוֹד מִלְּבַדּוֹ", עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן; זעט מען פון דעם אז ווען מען לעבט מיט אמונה ווערט מען אזוי שטארק, מען האט פון קיינעם נישט קיין מורא.


אז דו וועסט זיך שטארקן אין אמונה וועלן די שדים און קליפות נישט קומען צו דיר; די מנולים דערשמעקן שוואכע מענטשן, זיי פרובירן נישט צוצוגיין צו שטארקע מענטשן. אזוי ווי מיר געפונען, ווען עמלק איז געקומען מטמא זיין אידישע קינדער האט ער גענומען שוואכע מענטשן וואס וואקלען זיך, עס שטייט (דברים כה, יח): "וַיְזַנֵּב בְּךָ כָּל הַנֶּחֱשָׁלִים אַחֲרֶיךָ", ער האט גענומען די אלע שוואכע וואס די וואלקן האט זיי ארויסגעווארפן; די וואס האבן נישט געהאט די שטארקע אמונה, די סארט מענטשן ווארפט ער אראפ, עמלק האט נישט קיין שליטה אויף מענטשן וואס זענען שטארק אין די אמונה.


דעריבער בעט איך דיר זייער, נעם אריין דעם אייבערשטן אין דיר, רעד צו אים, שמועס מיט אים, רעד צום אייבערשטן אזוי ווי דו רעדסט מיט א גוטער פריינט, רעד צו אים אין דיין שפראך; דאס וועט דיר געבן זעלבסט-זיכערקייט (סעלף קאנפידענס) דו וועסט ווערן א נייער מענטש, דו וועסט מער נישט מורא האבן פון קיינעם, דו וועסט מער נישט בלייבן מיט א פארמאכטע מויל ווען אזוינס פאסירט השם ישמרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - וואס טו איך אז מיין מאן געטרויעט מיר נישט?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, פחדים, זעלבס זיכערקייט, יתום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר די שיינע שיעורים וואס איז מיר ממש מחיה. איך הער שוין די שיעורים כמעט א יאר, איך קען נישט גיין שלאפן אן הערן דעם פרישן שיעור, דאס געבט מיר ממש לעבן.


איך האב שוין חתונה געהאט 12 יאר ב"ה, מיט א שטוב מיט ליכטיגע קינדערלעך, און דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן מיט א טייערער מאן וואס העלפט מיר גאר אסאך, טראץ וואס ער איז זייער פארנומען, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.


איך פרוביר דאס מערסטע צו טון מיינע פליכטן אלס ווייב און מאמע, אבער כ'האב א שווערקייט אין אונזער לעבן וואס שטערט מיר זייער. מיין מאן איז געווארן א יתום אלס קינד און איז אריבער א שווער לעבן, און דאס האט אויסגעקלאפט אויף אים אז ער האט נישט קיין צוטרוי צו קיינעם, און ער ליידט פון אסאך פחדים, און דאס מאכט אונז אסאך מאל זייער שווער.


די פארגאנגענע וואך האב איך ווייטער געהאט אזא מעשה, ער קומט אהיים און באפאלט מיר מיט חשדות און זאכן וואס האט נישט קיין שום שייכות מיט פאקטן, און ווען איך זאג אים אז איך האב נישט קיין אנונג פון וואס ער רעדט, ווערט ער באבלאזן און וויל אפילו נישט ענטפערן, ער זאגט אז ער גלויבט מיר ממילא נישט.


איך בין געווארן זייער צעבראכן פון דעם, דאס האט מיר ממש שוואך געמאכט, און ס'איז מיר זייער שווער אים מוחל צו זיין. אפילו שפעטער ווען מיר האבן זיך שוין אויסגעשמועסט און ער האט געכאפט אז ער האט נישט געטון ריכטיג, ווערט מיך נאכאלץ שלעכט ווען איך זע אים, ס'איז מיר זייער שווער ווען מיין נאנטסטער מענטש גלויבט מיר נישט, און ער האט אזעלכע דמיונות אויף מיר. אפשר קענט איר מיר געבן אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי אייער ווייטאג; עס איז זייער א שווערע געפיל צו לעבן מיט'ן מאן ווען ער האט נישט קיין צוטרוי אין אייך וכו' וכו', וואס נאך דארף דען א פרוי? א פרוי דארף דאך נאר אז איר מאן זאל איר גלייבן און איר געטרויען און ווען א פרוי האט דאס נישט איז איר זייער שווער.


אבער אין אייער פאל איז דאס אביסל אנדערש. איר שרייבט דאך אליין ווי געטריי אייער מאן איז צו אייך, ווי שטארק ער העלפט אייך; ער האט נאר א פראבלעם אז ער ליידט פון פחדים פון ווען ער איז נעבעך געווארן א יתום. אין דעם פאל איז דאס אינגאנצן אנדערש, איר דארפט נישט זיין אנגעווייטאגט אויף אים. דא קומט ענדערש אריין דאס ווארט 'רחמנות', איר דארפט רחמנות האבן אויף אים און אים פארשטיין.


איך וויל אייך פרעגן, וואס טוט איר ווען אייער קינד זאגט אייך: "ביסט נישט א גוטע מאמע!" אדער אייער קינד זאגט אייך: "איך האב דיר נישט ליב!" ווערט איר אנגעווייטאגט אויפ'ן קינד אדער איר פארשטייט אז דאס קינד איז נאך א קינד און ווייסט נישט ווי אזוי זיך ארויסצוברענגען וכו'? אזוי זאלט איר קוקן אויף אייער מאן, ער איז טאקע שוין דערוואקסן און נישט קינדיש, אבער דאס וואס ער איז געווארען יונגערהייט א יתום לא עלינו האט אויסגעקלאפט אויף אים אין א פארעם פון אומזיכערקייט און עס פאסירט וואס פאסירט.


אנשטאט צו זיין אנגעווייטאגט אויף אים זאלט איר אים דן זיין לכף זכות, וועט דער אייבערשטער אייך דן זיין לכף זכות און איר וועט האבן נחת פון אייערע ליכטיגע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#9 - וואס טו איך מ'זאל מיר נישט אראפקוקן אז איך נעם מעדעצין?
רפואה, בושה, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט די שאלה און תשובה פון דעם וואס האט געפרעגט איבער נעמען מעדעצין פאר פחדים, ווען איך האב געליינט די שאלה האב איך ממש געוויינט, איך האב געשפירט ווי איינער האט אזוי שיין אראפגעשריבן מיין לעבן, און איך האב זיך געפריידט צו די תשובה אז דאס איז א נארמאלע זאך, ס'איז נישט קיין פעלער צו נעמען מעדעצין ווען מ'דארף עס האבן.


מיט איין פרט איז אבער ביי מיר געווען אנדערש, אז ער האלט עס בסוד פון יעדן איינעם, און איך האב עס יא אויסגעזאגט פאר מיין רב. דער דאקטער האט מיר געזאגט אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם צו נעמען די מעדעצין, אזוי ווי ווען איינער האט קאפ וויי נעמט ער טיילענאל, די זעלבע איז מיט דעם. און ווען איך האב דאס דערציילט פאר מיין רב האט ער מיר טאקע אויך מחזק געווען איך זאל נישט מורא האבן עס צו נעמען, אבער למעשה האט ער מיר פון דעמאלט אנגעהויבן אראפצוקוקן. איך האב געשפירט אז איך קען אים געטרויען, איך שמועס זיך אלץ דורך מיט אים אין שלום בית, חינוך, און אין ביזנעס, ער איז א פארשטענדליכער מענטש, אבער דא האט זיך עס נישט גוט אויסגעארבעט.


איך בין געווען א מוצלח'דיגער אינגערמאן, דער רב פלעגט זיך כסדר דורכרעדן מיט מיר אין פארשידענע זאכן, אבער פון ווען איך האב אים דאס דערציילט האט ער מיר אויטאמאטיש אנגעהויבן אנצוקוקן ווי א נערוון קראנקער מענטש, ער איז מיר טאקע מחזק כסדר, ער כאפט אבער נישט אז די חיזוק צעברעכט מיר זייער. זיי מיר נישט מחזק, נאר האלט מיר ווייטער פאר א נארמאלער מענטש, וואס איז שלעכט אז איך נעם מעדעצין פאר א פראבלעם?


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר מחזק זיין אין דעם ענין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין שום בושה צו נעמען מעדעצין, עס איז א בושה ווען מען דארף נעמען מעדעצין און מען עקשנ'ט זיך דאס נישט צו נעמען. ווייל מען קען יעדן איינעם העלפן, דער פראבלעם איז אז מען וויל זיך נישט העלפן, מען האלט זיך קלוגער פונעם דאקטער; מען מיינט אז אויב מען וועט נעמען מעדעצין וועט מען זיין אראפגעקוקט.


בנוגע וואס מען קוקט דיר אראפ וכו'; דארפסט נישט דערציילן קיינעם איבער דיין פריוואטע לעבן, דערצייל נישט קיינעם אז דו נעמסט מעדעצין - נישט פאר חברים, נישט פאר משפחה און נישט פאר דיין רב; דאס איז פריוואט צווישן דיר און דער דאקטער, מערסטנ'ס, אויב דארף מען דערציילן די ווייב דארף דאס בלייבן צווישן אייך.


דער עיקר זאלסטו זיך אליינס נישט אראפ קוקן, דיין האלטן פון זיך איז וויכטיגער ווי אז אנדערע זאלן האלטן פון דיר; אז דו וועסט זיין זיכער מיט זיך וועט דיר גאר ווייניג אנגיין וואס דער זאגט אויף דיר און וואס יענער זאגט אויף דיר, דו זאלסט וויסן ביי דיר אז עס איז גארנישט שלעכט אז מען דארף נעמען פאר די מח מעדעצין.


ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין ביי זיך פעלזן פעסט, ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין שטארק, עס זאל נישט אנגיין וואס אנדערע זאגן און וואס אנדערע טראכן? דורך אמונה; ווען מען חזר'ט אמונה, מען נעמט אריין אין זיך אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליין, דאס בויט אויף דאס זיכערקייט, מען ווערט שטארק, מען דארף קיינעם נישט און עס אינטערעסירט נישט גארנישט.


דעריבער בעט איך דיר זייער טייערער ליבער ברודער, יעדן אינדערפרי גלייך נאך ברכת התורה זאלסטו זאגן די דרייצן אני מאמין'ס; בעיקר זאלסטו חזר'ן אן א שיעור מאל דעם ערשטן שטיקל: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים, וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים", איך גלייב אז דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן, ער פירט די וועלט, נאר ער אליין טוט אלעס און ער וועט טון אלעס.


אויך זאלסטו אריין נעמען אין דיר אז עס איז נישטא וועם צו בעטן, נאר דעם אייבערשטן, צו אים דארף מען דאווענען. חזר זיך דעם אני מאמין: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ לוֹ לְבַדּוֹ רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל, וְאֵין רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל לְזוּלָתוֹ", איך גלייב אז ווען מען דארף א ישועה זאל מען נאר בעטן דעם אייבערשטן, ווייל נאר ער קען העלפן און וועט העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זיין געזונט און שטארק.

#8 - ווי אזוי קען איך באקומען מער זעלבס זיכערקייט?
זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון 14 יאר, איך בין זיך מחיה מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און איך פרוביר צו רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג.


איך מוטשע זיך אבער שטארק מיט ווייניג זעלבס זיכערקייט, און מיט'ן טראכטן כסדר וואס אנדערע וועלן זאגן אויף מיר. אויך האב איך כסדר בלבולים ווען איך הויב אן לערנען א ספר, און גלייך נאכדעם וויל איך נעמען אן אנדערע ספר. איז דא עצות אויף דעם אינעם רבינ'ס ספרים?


יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, ט"ו תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די איינציגסטע עצה פאר זעלבסט זיכערקייט (סעלף קאנפידענס) איז חזר'ן אמונה; ווי מער מען נעמט אריין אין זיך אמונה, מען גלייבט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס, עס איז גארנישט דא אויסער אים. דומם, צומח, חי, מדבר; אלעס אלעס איז ער אליינס - דאס בויט אויף דעם מענטש. מען ווערט זיכער מיט זיך, מען דארף נישט קיינעם, עס אינטערסירט מער נישט וואס אנדערע זאגן.


שטארק זיך מיט די עצה פון התבודדות; זוך דיר אויף א שטילע פלאץ וואו דו זאלסט זיך מתבודד זיין. דערצייל פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, רעד צו אים אזוי ווי דו רעדסט צו א חבר, שעם זיך נישט צו זאגן פאר'ן אייבערשטן אלע מחשבות וואס דו טראכסט, אלע פחדים און אלע דמיונות - וועסטו מיט די צייט ווערן א שטארקער מענטש, דו וועסט שוין נישט מורא האבן פון קיינעם, דו וועסט לעבן א רואיג לעבן.


בנוגע דאס וואס דו שפרינגסט ארום וכו', יעדע מינוט הייבסטו אן לערנען אן אנדערע ספר; די בעסטע זאך וואלט געווען ווען דו הייבסט אן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליין פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה (שבת סג.): 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר', וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים קיט, כ): 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל דאס לערנען אליינס איז גרעסער פון אלעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד - לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל לערנט מען דאך זייער אסאך, דורכדעם איז מען זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - וואס טוט מען ווען מ'קען זיך אליין נישט ליידן?
חיזוק פאר פרויען, שמחה, טערעפי, תפלות אויף אידיש, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי פון וואס הערט די טייערע דרשות, און איך טראכט אז אפשר וועט איר מיר קענען העלפן, ווייל איך קען זיך אליין נישט העלפן.


איך האב ב"ה א שיינע לעבן, א וואוילער מאן מיט זיסע קינדער. אבער פון ווען איך בין קליין, קען איך זיך אליין נישט ליידן, איך האב זיך פיינט, איך האב אויף זיך מורא'דיגע קריטיק, יעדע זאך וואס איך טו בין איך נישט צופרידן און ס'איז נישט גוט. איך האב נישט קיין סיפוק פון קיין שום זאך, און זאכן וואס איך טראכט יא אז איך וועל האבן פון דעם סיפוק איז נישט שייך צו טון פאר א מאמע מיט קינדער.


יארן צוריק האב איך פרובירט צו גיין אויף טערעפי, עס האט אבער גארנישט געהאלפן, נאר מיר געמאכט טראכטן נארישקייטן אז איך דארף זיך גט'ן וכדומה, נאר דער אויבערשטער האט אפגעהיטן מיין לעבן זאל נישט חרוב ווערן. אבער יעצט בין איך אנגעקומען צו א ביטערע מצב אז איך האב נישט קיין טעם אין לעבן, איך וויל מער נישט לעבן, איך קען מער נישט ליידן וואס איך לייד פון זיך אליין. איך האב נישט קיין מחשבות פון זיך נעמען דאס לעבן ח"ו, סוף כל סוף האב איך אביסל יראת שמים (איך האף אזוי), אבער איך וויל נישט לעבן, איך קען מער נישט נעמען מיין מצב.


די וואך האב איך פראבירט צו רעדן מיט איינעם וואס איך האב געטראכט אז ער וועט מיר קענען העלפן, כ'האב נישט גערעדט אזוי אפן, אבער גוט געגעבן צו פארשטיין אז ס'איז מיר פינסטער, און יענער האט זיך בכלל נישט וואוסנדיג געמאכט, און דאס האט מיר נאך מער צובראכן, פון די בושה פון זיך אליין האב איך געפילט ווי איך גיי ממש אויס, איך בין געווען פארגליווערט עטליכע טעג.


איך הער ווי דער ראש ישיבה זאגט מ'זאל רעדן צום אייבערשטן, איך רעד מיט אים אסאך, איך דערצייל אים, איך בעט זיך ביי אים ער זאל שוין רחמנות האבן אויף מיר, אבער עס העלפט גארנישט, מיין מצב ווערט ערגער און ערגער. אפשר וועט דער ראש ישיבה האבן פאר מיר א עצה?


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר דארפט זיך זייער שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך; איר דארפט זוכן גוטס אין אייער לעבן און זיך מיט דעם פרייליך מאכן. דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך; אויף דעם פלעגט רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה זאגן: "אז דער רבי האט אונז געהייסן זיין פרייליך, מן הסתם איז דא מיט וואס צו זיין פרייליך".


אלע פראבלעמען וואס מענטשן האבן נעמט זיך פון עצבות און מרה שחורה; עצבות פארמאכט דעם מח מען זאל נישט קענען טראכטן פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", פארוואס זענען מענטשן אזוי געפאלן ביי זיך און זענען נישט נאנט צום אייבערשטן? "הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת, וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן", ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת - מען טראכט נישט פון תכלית; זאגט אבער דער רבי, ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו ישוב הדעת און צו א קלארע מח צו וויסן וואס מען האט צו טון אויף דער וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", ווען מען איז נישט פרייליך קען מען נישט טראכטן גוטע זאכן, מען קען נישט טראכטן גוט, מען טראכט א גאנצן צייט נאר שלעכטע מחשבות. "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", אבער אז מען איז פרייליך דעמאלט קען מען בייגן די מחשבות צו טראכטן גוט, "כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אז א מענטש איז בשמחה איז ער א פרייער מענטש און דער מח איז אים נישט מצומצם, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", מיט שמחה גייט מען ארויס, "שֶׁעַל יְדֵי שִׂמְחָה נַעֲשִׂין בֶּן חוֹרִין, וְיוֹצְאִין מִן הַגָּלוּת", ווייל א פרייליכער מענטש איז פריי, פריי פון אלע פארמאכטקייטן.


איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג; נישט איין מאל א טאג און נישט צוויי מאל, נאר יעדעס מאל עס קומען אריין אין אייך די שלעכטע מחשבות, איר הויבט אן טראכטן שלעכטס, איר הויבט אן זיך פיינט צו האבן און זיך נישט ליידן; זאלט איר נעמען די תפילה און בעטן דעם אייבערשטן, וועט איר זען ביז א קורצע צייט אז וועט איר זיך ליב האבן, איר וועט וועלן לעבן, איר וועט הנאה האבן יעדע רגע פון די שיינע וועלט וואס דער אייבערשטער האט באשאפן.


דא האט איר די תפילה:


"גְרוֹיסֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר אַלֶעס גוּטְס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר, אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן וָואס דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן; פַאר מַיין טֵייעֶרֶע מַאן, פַאר מַיינֶע לִיכְטִיגֶע קִינְדֶער אוּן פַאר אַלֶעס גוּטְס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן אִיךְ זָאל הַנָּאָה הָאבְּן פוּן מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן; וָואס זָאל אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נִישְׁט הַנָּאָה פוּן מַיין לֶעבְּן, אִיךְ בִּין אַזוֹי שְׁטַארְק דֶעפְּרֶעסְט אוּן אִיךְ וֵויין אַ גַאנְצְן טָאג, עֶס קוּמֶען אַרַיין אִין מִיר שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת פוּן וֶועלְכֶע אִיךְ קֶען נִישְׁט פָּטוּר וֶוערְן.


דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר טַאטֶע זִיסֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן אֶמוּנָה אוּן אִיךְ זָאל לֶעבְּן מִיט אֶמוּנָה; אִיךְ זָאל לֶעבְּן מִיט דִיר אוּן דִיר שְׁפִּירְן. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, עֶס אִיז מִיר אַזוֹי עֶנְג, מַיין קָאפּ דְרֵיידְט זִיךְ מִיר אַ גַאנְצְן טָאג מִיט שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת, אִיךְ טְרַאכְט אַ גַאנְצְן טָאג נָאר שְׁלֶעכְטְס אוֹיף מִיר. פוּן מַיינֶע יוּנְגֶע יָארְן הָאבּ אִיךְ זִיךְ נִישְׁט לִיבּ, אִיךְ הָאבּ זִיךְ פַיינְט אִיךְ קֶען זִיךְ נִישְׁט לַיידְן; אִיךְ זֶע נִישְׁט קַיין שׁוּם וֶועג וָואס זָאל מִיר פְרֵיילִיךְ מַאכְן, אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ וִוי אִיךְ בִּין גֶעפַאנְגֶען בַּיי דִי נִישְׁט גוּטֶע, וָואס אִיךְ טוּ אִיז אָן קַיין טַעַם אָן קַיין פְרֵיילִיכְקֵייט.


אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער, טַאטֶע זִיסֶער, הָאבּ אוֹיף מִיר רַחְמָנוּת! הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן, אִיךְ זָאל זִיךְ קֶענֶען לַיידְן, אִיךְ זָאל טְרַאכְטְן נָאר פַּאזֶעטִיוו, אִיךְ זָאל נִישְׁט טְרַאכְטְן שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת; הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זִיךְ נִישְׁט בַּאשׁוּלְדִיגְן נָאר אִיךְ זָאל גֶעדֶענְקֶען אַז אַלֶעס קוּמְט פוּן דִיר.


בַּאשֶׁעפֶער, זֶע מַיינֶע טְרֶערְן, זֶע וִוי אִיךְ וֵויין, זֶע מַיין צֶעבְּרָאכְן הַארְץ; אַתָּה חוֹנֵן לָאָדָם דַּעַת - דוּ גְרוֹיסֶער בַּאשֶׁעפֶער גֶעבְּסְט שֵׂכֶל פַאר יֶעדְן אֵיינֶעם, וּמְלַמֵּד לֶאֱנוֹשׁ בִּינָה - דוּ גֶעבְּסְט פַארְשְׁטַאנְד פַאר אַלֶעמֶען, בֶּעט אִיךְ דִיר טַאטֶע: וְחָנֵנוּ מֵאִתְּךָ חָכְמָה בִּינָה וָדַעַת, גֶעבּ מִיר אוֹיךְ שֵׂכֶל אוּן פַארְשְׁטַאנְד אִיךְ זָאל מִיךְ נִישְׁט פַּיינִיגְן.


בַּאשֶׁעפֶער, אַסַאךְ מָאל שְׁפִּיר אִיךְ וִוי מַיין לֶעבְּן אִיז מִיר גָארְנִישְׁט וֶוערְד; אִיךְ טְרַאכְט שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת, אִיךְ וִויל אַנְטְלוֹיפְן פוּן מַיין לֶעבְּן, אָבֶּער אִיךְ וֵוייס דָאךְ דֶעם אֱמֶת אַז עֶס אִיז נִישְׁט דָא וואוּ צוּ אַנְטְלוֹיפְן, נָאר צוּ דִיר טַאטֶע זִיסֶער.


דֶערְפַאר קוּם אִיךְ צוּ דִיר אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר: הֶעלְף מִיר! הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דַיינֶע צַדִּיקִים וָואס הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען זֵייעֶר גַאנְצֶע לֶעבְּן פַאר דַיינֶעט וֶועגְן; הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי אָבוֹת הַקְּדוֹשִׁים אַבְרָהָם יִצְחָק אוּן יַעֲקֹב, הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי אִמָּהוֹת הַקְּדוֹשׁוֹת שָׂרָה רִבְקָה רָחֵל אוּן לֵאָה, אוּן בִּזְכוּת דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי רַבֵּינוּ נַחְמָן מִבְּרֶסְלֶב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, בִּזְכוּת זַיין תַּלְמִיד רֶבִּי נָתָן זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן בִּזְכוּת מוֹהֲרָא"שׁ זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אָמֵן".


די תפילה זאלט איר זאגן יעדן טאג, וועט איר זען ביז א קורצע צייט אז אלעס וועט זיך איבערדרייען, איר וועט זיך ליב האבן, איר וועט זיין פרייליך און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - ווי אזוי קען איך מאכן מיין מאן זאל וויסן אז איך האלט פון אים?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי קען איך מאכן אז מיין מאן זאל וויסן אז איך קוק אים ארויף, און איך האלט פון אים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בנוגע אייער פראגע, ווי אזוי איר קענט מאכן אייער מאן זאל וויסן אז איר קוקט אים ארויף; דאס קען מען נישט איינרעדן, דאס איז א זאך וואס מען ווייסט און מען שפירט מיט פארמאכטע אויגן. אז די פרוי קוקט ארויף אויף איר מאן, זי שעצט אים - ווייסט עס דער מאן, און אז נישט - שפירט דאס דער מאן; מען קען נישט איינרעדן אז מען קוקט ארויף ווען עס איז נישט אמת.


אנהויבן הויבט זיך דאס אן ביי זיך אליין; אויב מען טרעפט אין זיך גוטע נקודות, מען זעט אין זיך גוטע זאכן - דעמאלט קען מען זען אין א צווייטן גוטס, אבער אז מען איז דערביטערט, מען האט זיך אליינס נישט ליב - ווי קען מען ליב האבן א צווייטן?


אמאל האט רבי נתן געטראפן איינעם וועם ער האט שוין א לאנגע צייט נישט געזען, רבי נתן האט געשמועסט מיט אים, און ער זעט ווי יענער מאכט יעדן איינעם אוועק. רבי נתן פרעגט אים: "וואס מאכט דער?" "וואס מאכט יענער?" און יעדן איינעם מאכט ער אוועק, זאגט אים רבי נתן: "אז דו וועסט האלטן פון זיך - וועסטו קיינעם נישט אוועק מאכן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - איך בין א מלמד אין אן אנדערע מוסד, מעג איך רעדן אסאך פונעם אייבערשטן?
חינוך הילדים, אמונה, פחדים, מלמדים, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ברוך ה' געווארן א מלמד פאר דריי יעריגע קינדער, האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן.


איך פיל ווי איך וויל א גאנצן צייט נאר רעדן צו די קינדער פונעם אייבערשטן, מעשיות פון תפילה, מעשיות פון צדיקים; איך האב אבער מורא אז אויב גייט איך רעדן צו סאך, וועלן מענטשן ווערן זייער אויפגערעגט אויף מיר, מען וועט מיר חושד זיין אז איך וויל דא פארקויפן ברסלב פאר די קינדער. אויך מיין ווייב האט מיר געווארנט אז איך זאל נישט איבערציען די שטריק, ווייל מ'וועט מיר ארויסווארפן ווייל איך רעד פון ברסלב.


האב איך געוואלט פרעגן אויב איך זאל טאקע אכטונג געבן נישט צו רעדן צו סאך צו די קינדער פונעם אייבערשטן אדער נישט? און אויב יא, וואס איז די גדר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי ב', מברכים החודש, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט א מלמד פאר תינוקות של בית רבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש איכה, פתיחתא ב): "מָאן אִינוּן נְטוּרֵי קַרְתָּא", ווער זענען די וואס היטן אפ די שטאט פון שלעכטס? "אֵלּוּ סוֹפְרִים, וּמְשַׁנִּים, שֶׁהֵם הוֹגִים וּמְשַׁנִּים וּמְשַׁמְרִין אֶת הַתּוֹרָה בַּיוֹם וּבַלַּיְלָה", די מלמדים וואס לערנען תורה מיט קינדער, זיי היטן אפ די שטאט פון אלעם שלעכטס.


א שאד אז מלמדים זענען אזוי צעקלאפט ביי זיך, זיי זענען זיך אליינס נישט מחשיב; די וועלט שטייט דאך אויף די מלמדים וואס לערנען תורה מיט תינוקות של בית רבן! די הייליגע חכמים זאגן (שבת קיט:): "אין העולם מתקיים אלא בשביל הבל תינוקות של בית רבן", די וועלט שטייט אויף די תורה פון די קינדער, האט דער הייליגער רב פפא געפרעגט דעם הייליגן אמורא אביי, די וועלט שטייט נישט אויף אונזער תורה?! "דידי ודידך מאי", וואס איז מיט אונזער תורה און דיין תורה? זאגט אים אביי: "אינו דומה הבל שיש בו חטא להבל שאין בו חטא", עס איז נישט קיין פארגלייך תורה פון קינדער וואס ווייסן נאכנישט פון קיין עבירות; דאס איז אלעס אויפ'ן חשבון פונעם מלמד וואס זיצט מיט קינדער און לערנט, דאווענט און לייגט אריין אמונה אין זיי.


לייג אריין אין די קינדער אמונה פשוטה, רעד צו זיי פון גלייבן אינעם אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן און דאנקען דעם אייבערשטן - אן קיין גדר; האב נישט מורא פון קיינעם, דו רעד צו זיי פון אייבערשטן, דארפסט נישט רעדן צו זיי פון ברסלב, אבער פון אמונה זאלסטו רעדן אן קיין שום פחד.


א פרייליכן שבת.


 

#4 - ווי אזוי נעמט מען אוועק די רחמנות בליקן אז איך האב צופיל קינדער?
חיזוק פאר פרויען, קינדער, אמונה, בושה, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס, ספעציעל פאר עצתו אמונה, איך האב באמת הנאה עס צו ליינען, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער אנצוגיין.


איך האב ברוך ה' א שטוב מיט קינדער, און איך פיל ווי מענטשן קוקן מיר אן ווי א רחמנות, מ'זאגט "נעבעך, זי האט אזויפיל קליינע קינדער, ווי אזוי געבט זי זיך אן עצה? זי האט קיינמאל נישט קיין רואיגקייט".


איך דארף חיזוק אויף דעם.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס קענען מיר טון, מיר זענען אין גלות צווישן די פעלקער און עס כאפט זיך אריין זייערע שיטות ביי אידישע קינדער השם ישמרינו. מען הערט שוין היינט די ווערטער ביי ערליכע מקומות, חסידי'שע קרייזן, ווי פרויען העצן קעגן אנדערע, 'היתכן צו האבן קינדער?!' מען ווערט א געשפעט צווישן פרויען ווען מען האט א שטוב מיט קינדער; דאס איז דער גלות, מען פארגעסט פון די תורה, מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען ווערט נאכגעשלעפט פון די גוים.


די תורה לערנט אונז וואס איז גוט, די תורה זאגט אונז וואס צו טון. אויך ווען מען האט נישט די כוחות וכו' גייט מען צו אן ערליכער גרויסער רב, מען שמועסט דורך אלע פרטים, די געזונט צושטאנד און אזוי ווייטער, און דער רב זאגט אויב מען קען ווארטן און וויפיל מען זאל ווארטן. מיר נעמען נישט אונזער מהלך החיים פון חבר'טעס, פון די פרויען וואס זיצן אין קאנטרי אונטערן בוים וכו' וכו'.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן א שטארקע אמונה אין אייבערשטן; דאס וועט אייך געבן שטארקייט און שטאלצקייט, עס וועט אייך נישט אנגיין וואס אנדערע זאגן, איר וועט אלץ טראכטן נאר צו טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3 - ווי אזוי קען איך געבן זעלבס זיכערקייט פאר מיין מאן?
שלום בית, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שפיר אז איך קען נישט ווייטער אנגיין אין לעבן, איך האב זייער א טייערער מאן, זייער א גוטער, א גוט הארץ, א ווייכע הארץ, ער איז נאר גוט צו מיר, ער האט מיר נאך קיינמאל נישט געטשעפעט, איך האב אבער א גרויסע פראבלעם, אפשר וואלט דער ראש ישיבה מיר געקענט העלפן.


מיין מאן קומט פון א שווערע שטוב, זיינע עלטערן קאנטראלירן זייער שטארק, און ביז די חתונה האט מען אים ממש נישט געלאזט אטעמען, ער האט נישט געמעגט האבן קיין אייגענע מיינונג, און דאס האט געמאכט ער זאל נישט האבן קיין שום אחריות, מען האט אלעס געטון פאר אים, צי ער האט יא אדער נישט געוואלט.


דערפאר איז יעצט נאך די חתונה אים זייער שווער צו זאגן וואס ער האלט, צו נעמען אחריות און ערלעדיגן זאכן, רוב צייט קומט אויס אז איך מאך די החלטות. לעצטנס האב איך אויפגעהערט מחליט זיין וואס מיר גייען טון אדער וואו מיר זאלן גיין, איך בעט אים ער זאל מחליט זיין, אבער ער קען נישט, עס נעמט אים זייער לאנג ביז ער קען ארויסזאגן וואס ער וויל, מען דארף אים זייער אסאך דערמאנען וואס ער האט צו טון. דאס מאכט מיר שפירן ווי איך האב חתונה געהאט מיט א קליין קינד. דער ראש ישיבה זאגט שטענדיג אז א ווייב קען טוישן דעם מאן, אבער איך ווייס נישט ווי אזוי.


הלואי זאל דער ראש ישיבה שליט"א מיר קענען העלפן און געבן אן עצה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א וואוילער מאן, אן ערליכער מאן, א גוטער מאן; דאנקט דעם אייבערשטן אז ער טשעפעט אייך נישט. עס איז נישט אזוי געפערליך אז איר זאלט מאכן די החלטות, מען קען האבן א גאלדנע לעבן אינאיינעם, א הערליכע שלום בית - אפילו ווען דער מאן ווייסט נישט אליינס מחליט זיין וואס, ווען און וואו.


געדענקט דעם כלל, ווילאנג מאן און ווייב גרויסן זיך נישט איינער אויפ'ן צווייטן, זיי זענען זיך מכבד, זיי האבן זיך באמת ליב - איז אלעס אנדערש נישט וויכטיג, אלעס אנדערש פאלט אוועק ווען עס איז דא ליבשאפט, מען גרויסט זיך נישט. אז איר וועט אים ארויפקוקן, איר וועט אים מכבד זיין - וועט די שכינה רוען ביי אייך, עס איז דא צענדליגער משפחות וואס די פרוי מאכט די החלטות, זי זאגט וואס מען זאל טון וכו' - און זיי לעבן א חיים טובים. עס איז נישט עק וועלט אז איר זענט די וואס דארף זאגן וואס צו טון.


נישט איך זאג דאס אז א פרוי קען טוישן די מאן; מוהרא"ש זאגט דאס, אבער אין אייער פאל דארפט איר אים נישט טוישן, איר דארפט טוישן אייער וועג פון טראכטן, הייבט אן טראכטן אז עס איז אייך גוט, הייבט אן דאנקען דעם אייבערשטן אז איר האט א גוטער מאן, ער טשעפעט נישט, ער טוט אייך נישט וויי; דאס אז ער ווייסט נישט וויאזוי צו מאכן החלטות - דאס איז נישט קיין חסרון, וועט איר מאכן די החלטות, כל זמן ער רעדט שיין צו אייך, ער קריגט זיך נישט, ער טוט אייך נישט וויי - דארפט איר זיך זייער פרייען.


היינט האב איך באקומען א בריוו פון א פרוי וואס זי וויינט אז איר מאן שלאגט איר, איר מאן צווינגט איר, ער שלעפט איר און ווארפט איר אראפ די טרעפ רחמנא לצלן; די פרוי האט קינדער, זי פרעגט אויב זי זאל זיך גט'ן, וואס זי זאל טון? דאס איז א שווערע שאלה, דאס איז א צרה; א פרוי וואס האט חתונה געהאט מיט א שגץ וואס שלאגט, א מאן וואס ווארפט אראפ די פרוי - דאס איז יענץ צרה, אבער אין אייער פאל וואס איר שרייבט 'איך האב זייער א טייערער מאן, זייער א גוטער, א גוט הארץ, א ווייכע הארץ, ער איז נאר גוט צו מיר, ער האט מיר נאך קיינמאל נישט געטשעפעט, ער האט נאר איין גרויסע פראבלעם, ער ווייסט נישט אליינס מחליט זיין' - זאלט איר מאכן די החלטות.


איר וועט זען אז איר וועט אים אנהייבן הייבן, איר וועט אים לויבן און איר וועט מאכן די החלטות, און מיט חכמה וועט איר מאכן ער זאל שפירן ווי ער האט געמאכט די החלטות - וועט נישט לאנג נעמען ביז ער וועט ווערן א נייער מענטש, ער וועט באקומען זיכערקייט, ער וועט שוין קענען פירן די שטוב.


הייבט אן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אייער מאן וואס איר האט, אויך זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן ער זאל אייך געבן חכמת נשים ווי אזוי איר זאלט אים מאכן זיכער מיט זיך, וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווי אזוי האט מען שטארקע קאנפידענס אין ביזנעס?
אמונה, פרנסה, זעלבס זיכערקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך האב געליינט א בריוו אין עצתו אמונה, "עס איז נישט ריכטיג וואס דו זאגסט אז בעטן מענטשן מען זאל דיר שיקן ארבעט - איז א חסרון אין אמונה; בעטן מענטשן זאלן געבן ארבעט איז בכלל נישט קיין חסרון אין אמונה, עס איז א חסרון אין קאנפידענס, א חסרון אין גלייבן אין זיך; מען מעג בעטן און מען דארף בעטן פאר ארבעט".


אפשר קען מיר די ראש ישיבה געבן אן עצה ווי אזוי זיך צו שטארקן און האבן די קאנפידענס און גלייבן אין זיך. איך האב שוין געליינט צענדליגע ביכער איבער דעם, געצאלט טייער געלט פאר קורסעס, אבער עס האט מיר גארנישט געהאלפן, איך בין זיכער אז דער ראש ישיבה האט גוטע עצות וואס ארבעטן יא.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קאנפידענס באקומט מען דורך אמונה, ווען מען האט א שטארקע אמונה מאכט דאס מען זאל זיין זיכער מיט זיך אליינס. ווען מען געדענקט פונעם איבערשטן, מען ווייסט קלאר אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט נאר דער אייבערשטער און אלעס איז נאר א פארשטעלאכטס; אלעס וואס מיר זעען און אלעס וואס מיר זעען נישט, איז עצם עצמיות חיות אלקותו יתברך - דאס געבט א שטארקייט מען זאל נישט מורא האבן פון קיינעם, מען זאל זיין זיכער מיט זיך.


דו זאגסט אז דו האסט געליינט צענדליגער ביכער און געצאלט שווערע געלטער צו וויסן און זיך לערנען ווי אזוי צו האבן קאנפידענס, דאס איז א גרויסער פראבלעם; די ביכער וואס דו האסט געליינט - דאס איז וואס פארשטעלט דיר פון האבן אמונה אינעם אייבערשטן, די ביכער זענען געבויט אויף חנופה, זיי לערנען אויס ווי אזוי מען קען יענעם חנפה'נען, ווי אזוי מען קען זיין געלונגען מער פון יענעם, געפעלן פאר יענעם וכו' וכו', אלעס צו פארשטעלן דעם אייבערשטן.


יעצט אז דיין קאפ איז דיר אנגעפילט מיט גוי'שע ביכער - זאלסטו אסאך לערנען ספר אשר בנחל, דאס וועט דיר אויסוואשן דיין קאפ, עס וועט אריינגיין אין דיר א רוח טהרה, דו וועסט אנהייבן שפירן די ליכטיגקייט, די זיסקייט, די איינגענעמקייט און די געשמאקע טעם פון אייבערשטן. עס וועט ווערן ביי דיר קלאר אז קיינער קען נישט אליינס נעמען פרנסה, קיינער קען נישט צונעמען פרנסה, נאר וואס דער אייבערשטער געבט - דאס האט מען, ווי מער דו וועסט לערנען די בריוו - אלץ מער וועסטו באקומען א קלארע אמונה, דו וועסט ווערן זיכער מיט זיך.


ווען דו רעדסט מיט מענטשן, דו פרובירסט מאכן ביזנעס מיט מענטשן, זאלסטו אלץ געדענקען אז געלט געבט דער אייבערשטער, פרנסה קומט נאר פון אים; 'דאס וואס איך זוך פרנסה, דאס וואס איך פרוביר רעדן מיט דעם מענטש - דאס טו איך ווייל דער אייבערשטער האט מיר געהייסן איך זאל טון עפעס פאר פרנסה; נישט דער מענטש גייט מיר געבן פרנסה און נישט יענער וועט מיר געבן פרנסה'. אזוי זאלסטו זיך חזר'ן, דאס וועט דיר מאכן שטארק, דו וועסט נישט ווערן דערשראקן, דו וועסט נישט זוכן יענעם צו חנפה'נען - אזוי וועסטו מצליח זיין.


נאך אן עצה פאר פרנסה בשפע, זיי מכבד דיין ווייב; רעד שיין צו איר, האב געדולד צו אירע זאכן און ווער נישט נערוועז אין שטוב, דאס וועט דיר געבן גרויסע שפע. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סט): "עִקַּר הַמָּמוֹן שֶׁל הָאָדָם, בָּא לוֹ עַל יְדֵי בַּת זוּגוֹ", די עיקר געלט קומט פון די ווייב; אז מען איז מכבד די ווייב - האט מען שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - וועל איך שוין קיינמאל נישט האבן קיין זעלבס זיכערקייט?
התחזקות, תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש, זעלבס זיכערקייט, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט א שמועס פונעם ראש ישיבה שליט"א אז יעדער מענטש איז זיך מייאש אין געוויסע ענינים, לגבי די זאכן האט ער שוין אויפגעגעבן, ער גלויבט אז ער וועט שוין נישט מצליח זיין אין דעם, אבער דער רבי לערנט אונז אז ס'איז נישט דא אזא זאך ווי יאוש.


איך האב אריינגעטראכט אין דעם און געזען אז דאס איז ליידער גאר אמת ביי מיר אין לעבן. איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו איך האב קיינמאל נישט צוגעזען קיין רואיגקייט אדער א שמייכל צווישן די עלטערן, איך געדענק נישט אפילו איין מאל אין מיינע יונגע יארן אז די משפחה זאל זיצן און פארברענגען מיט א שמייכל, אפילו נישט איין נאכטמאל.


איך בין אויפגעוואקסן צוזעענדיג נאר דאגות, אנגעצויגנקייט, מחלוקת אין שטוב. ביידע פון מיינע עלטערן זענען גאר נעגאטיוו און אלעס זעט אויס שווארץ. ועל כולם דאס צוזעענדיג די קאלטקייט צווישן מיינע עלטערן, און ווי זיי קריגן זיך כסדר, האט מיך איבערגעלאזט אלע יארן מיט א געפיל פון אומזיכערקייט אויף דער וועלט, איך בין אלע מאל פול מיט ספיקות. איך בין שוין נישט קיין יונגער אינגערמאן, און איך קען נישט זיין פרייליך, איך קען נישט שמייכלען, איך פיל אלעמאל אומרואיג און אומזיכער מיט זיך און מיט די וועלט. און נאך מער אז ווען איך זע אנדערע מענטשן שמייכלען אדער פרייליך הייב איך פשוט אן צו פילן נערוועז און אומרואיג, ווייל עס איז שרעקעדיג פאר מיך צו זיין בשמחה, איך פיל זיך גאר אין פרעמד ווען עס איז דא א מצב פון פרייליכקייט ארום מיך.


איך האב טאקע איינגעזען אז איך בין אינגאנצן מיואש פון פילן פרייליך און פילן צופרידן און זיין בשמחה, פילן זיכער און רואיג אין לעבן.


דער רבי האט דאך אבער געזאגט אז יאוש איז גארנישט פארהאן, איז מיין שאלה ווי אזוי איז טאקע דא א מעגליכקייט איך זאל נאך יא קענען אמאל זיין פרייליך און זיכער מיט זיך?


נאך א זאך, איך שפיר ביי מיר אז איך וויל זייער שטארק באקומען אויפמערקזאמקייט פון מענטשן, א גוט ווארט פון א צווייטן, ממש ווי א קליין קינד. איך שעם זיך צו זאגן, אבער ווי עס זעט אויס, אזוי ווי איך האב עס נישט באקומען קיינמאל אלס קינד, דערפאר זוך איך עס יעצט אין די עלטערע יארן. איז דא אן עצה פאר דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו וועסט נעמען די עצה פון רבי'ן; דו וועסט זיך אביסל מתבודד זיין, דו וועסט זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן - וועסטו אנהייבן שפירן ליבשאפט און ווארעמקייט, אזוינס וואס דו האסט קיינמאל אין דיין לעבן נישט געשפירט.


דאס וואס מען איז זוכה דורך התבודדות איז נישט עפעס וואס מען קען מסביר זיין, מען הייבט אן שפירן אזא זיסקייט אין לעבן וואס מען האט נישט געשפירט און מען וועט קיינמאל נישט שפירן; רעדן צום אייבערשטן ברענגט דעם מענטש צו שפירן מורא'דיג נאנט צום הייליגן באשעפער, דאס פארהיילט אלע וואונדן און היילט אלע שניטן. אפילו א מענטש זאל דורך גיין גאר ביטערע שוועריקייטן, אויב נעמט ער די עצה פון התבודדות, ער הייבט אן רעדן צום אייבערשטן - ווערט אים פלוצלינג אזוי ליכטיג און אלע וואונדן היילן זיך אויס.


דעריבער אז דו האסט געהאט אזא שווערע יוגנט, דו האסט צוגעזען ווי דיינע עלטערן קריגן זיך און דאס האט דיר איבערגעלאזט אין א וועלט פון ספיקות, אין א וועלט פון אומזיכערקייט - זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן, זאלסט זיך קובע זיין יעדן טאג א צייט זיך אויסצורעדן דאס הארץ צום אייבערשטן, דורכדעם וועסטו ווערן זיכער ביי זיך, דו וועסט ווערן אויפגעבויט.


בנוגע דאס וואס דו ווילסט אביסל ווארעמקייט, אביסל ליבשאפט און דו שעמסט זיך, דו מיינסט אז דאס איז א קינדערישע זאך; בעט עס פונעם אייבערשטן, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר געבן אביסל ליבשאפט, ער זאל דיר געבן ווארעמקייט, ער זאל דיר גלעטן. ווען מען איז זוכה צו שפירן איבסל נאנטקייט צום אייבערשטן - דאס איז די בעסטע ליבשאפט.


מוהרא"ש דערציילט אז מען פלעגט הערן ברסלב'ער חסידים זאגן תהילים מיט א געשמאק, זיי פלעגן רעדן צום אייבערשטן אויסגעמישט מיט די פסוקי תהילים; איינמאל האט מען געהערט רבי נתן'ס אן אייניקל רבי מיכל'ע, ווי ער זאגט תהלים (קאפיטל לה, א): "לְדָוִד רִיבָה ה' אֶת יְרִיבַי", האט מען געהערט ווי ער רעדט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם קריג זיך פאר מיר, נעם זיך אן פאר מיר, 'אֱמֹר לְנַפְשִׁי יְשֻׁעָתֵךְ אָנִי', זאג מיר אייבערשטער אז דו האסט מיר ליב, איך בין אזוי צעבראכן, איך דארף אביסל ווארעמקייט, אביסעלע ליבשאפט פון דיר".


דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "קיין יאוש איז נישט פארהאנען"; דאס איז נישט סתם געזאגט, 'עס איז נישטא קיין יאוש'; אויב מען טוט די עצות פון רבי'ן איז מען זוכה ארויסצוגיין פון אלע טונקלקייטן און פון אלע ביטערניש.


וואויל איז דעם וואס פאלגט דעם רבי'ן, וועט ער שפירן אויף די וועלט וואס צדיקים שפירן אין גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.