בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אויף תפילה דארף מען אסאך סבלנות
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות, תפילה, התבודדות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות מסעי, כ' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ... נרו יאיר


דאס וואס דו פרעגסט וואס איז פשט אז מען בעט זאכן פונעם אייבערשטן און מען זעט נישט ווי מען ווערט געענטפערט וכו'? וויסן זאלסטו, אויף תפילה דארף מען האבן אסאך סבלנות, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לב:): "אם ראה אדם שהתפלל", אויב א מענטש זעט אז ער האט געדאווענט און געבעטן, "ולא נענה", און ער איז נישט געענטפערט געווארן, "יחזור ויתפלל", זאל ער נאכאמאל בעטן; ווייל אמאל דארף מען בעטן אויף א זאך מער תפילות, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (דברים רבה ב, יז): "יֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְאַרְבָּעִים יוֹם", אמאל ווערן תפילות געענטפערט נאך א שטיק צייט, למשל פערציג טעג, און אויך אמאל דארף מען בעטן א סכום תפילות ביז מען פועל'ט א ישועה; מען דארף אסאך געדולד נישט צו פארלירן די אמונה, און חס ושלום נישט אפלאזן תפילה והתבודדות, נאר אויסווארטן מיט געדולד און האבן עקשנות נישט אפצולאזן תפילה, נאר בעטן ברחמים ובתחנונים.


שטארק זיך ..., איך בין זייער צופרידן פון דיר, איך האב דיך ליב, איך האב ליב דיין תמימות, ווי דו ביסט שטארק מיט לערנען תורה און יראת שמים, נאך אביסל וועסטו א חתן ווערן און אויפשטעלן א שיינע שטוב.