בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז איר וועט היטן די אויגן, וועט אייער חתן אויך האבן ריינע אויגעלעך
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, התחזקות, תהלים, מאוויס, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, ל"ח שובבי"ם, כ"ד שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', בית שמש


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בין זייער איבערגענומען פון וואו איר נעמט אזא שטארקייט צו שטיין קעגן די שווערע נסיונות; עס איז אזוי שיין צו הערן ווי איר שטארקט זיך.


אייער טאטע שליט"א האט מיר דערציילט אז איר זענט זייער א גוט קינד און איר שטארקט זיך זייער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן כח ווייטער צו דינען דעם אייבערשטן און נישט קוקן קיין שלעכטע זאכן. אז איר וועט זיין שטארק - וועט איר באקומען א גוטער חתן, איר וועט האבן אמת'ע ליבשאפט, עס וועט אייך זיין גוט א גאנץ לעבן.


איך שיק אייך מיט א מתנה, א ספר תהילים, מיט אייער טאטע שליט"א. זאגט יעדן טאג אביסל תהילים, און ווען איר ענדיגט תהילים זאלט איר אריינשרייבן די וויפילטע מאל דאס איז, אזוי וועט איר מאכן א נחת רוח דעם אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ב.): "אֵין מְזַוְּגִין לוֹ לְאָדָם אִשָּׁה אֶלָּא לְפִי מַעֲשָׂיו", קומט אויס, אזוי ווי דער חתן פירט זיך - אזוי פירט זיך די כלה, און אזוי ווי די כלה פירט זיך - אזוי דער חתן; אז איר וועט נישט האבן און נישט קוקן אין קיין נישט גוטע טעלעפאן - וועט אייער חתן - אייער מאן - אויך האבן ריינע אויגעלעך, ער וועט נאר קוקן אויף אייך, און נאר טראכטן פון אייך; איך בין זיכער איז דאס ווילט איר.


זייט שטארק, דער אייבערשטער איז מיט אייך.