בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אלע קינדער זאלן צוהעלפן ביי בדיקת חמץ
קינדער, חינוך הילדים, מוסדות, מוהרא"ש, גמרא, ראש ישיבה, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני א', י"ג ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז בדיקת חמץ. ווען עס ווערט נאכט טאר מען גארנישט טון; נישט ארבעטן, נישט לערנען און נישט עסן קיין סעודות, מען דארף בודק חמץ זיין.


נעם דיינע קינדער זיי זאלן דיר העלפן ביי בדיקת חמץ, עס איז וויכטיג פאר די חינוך זיי זאלן זען ווי מען מאכט די מצוות. איך נעם אלע קינדער ביי בדיקת חמץ, יעדער זאל עפעס העלפן; איינער האלט די לעפל, איינער די פעדער, איינער די זעקל וואו מען לייגט אריין די ברעקלעך וואס מען טרעפט, איינער שלעפט מיט וואו איך גיי א קליין בענקל אויף וואס זיך אויפצושטעלן, איינער איז געשטעלט צו ציילן וויפיל ברעקלעך מען האט שוין געטראפן און וויפיל עס פעלט. ברוך השם מיר האבן א שטוב מיט אינגלעך דארף איך זוכן וואס צו געבן פאר יעדן איינעם, אלע זאלן העלפן מיט די מצוות.


נעכטן האב איך פארקויפט די חמץ ביים דיין שליט"א. איך געב זיך א כאפ וויפיל בנינים איך דארף פארקויפן, ווי די קהלה האט זיך צואוואקסן אין די צוויי יאר... איך האב פארקויפט חמץ פון זיבן בנינים וואס באלאנגט פאר די קהילה; די מיידל סקול, די חדר, מחנה אילן החיים, מחנה בית פיגא, דער בנין פון די קיאסק, די בית המדרש אויף האשקי און דער בנין אין אומאן, דאס איז ממש וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט ביים עפענען די ישיבה; מוהרא"ש זאגט מיר: "יעצט ביסטו צעבראכן? עס ווארט נאך שיינע זאכן".


אויך ביים בויען דעם בנין הישיבה אין וויליאמסבורג אויף סקילמאן האב איך נישט געהאט קיין פרוטה צו באצאלן שבתי מזרחי, מיר האבן געהאט שווערע נסיונות. איך האב אים געבעטן, לאמיר גיין צו מוהרא"ש. איך האב געזאגט פאר מוהרא"ש, דער אינגערמאן וואס בויט די ישיבה וויל איבערלאזן די ארבעט אינמיטן בויען, האט מוהרא"ש געזאגט פאר שבתי: "אויב דו וועסט בלייבן בויען די ישיבה - ווארט דיר שיינע זאכן", און יעצט זעט מען שוין אביסל פון די שיינע זאכן.


כאפ ארויס אין די פארנומענע צייט א בלאט גמרא, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.