בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת נח, ב' דראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
וואו דו גייסט און וואו דו שטייסט זאלסטו רעדן צום אייבערשטן. אויפ'ן וועג צום בית המדרש, אויפ'ן וועג אהיים פון בית המדרש און אין בית המדרש - זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן; ווייל יעדע ווארט וואס א איד רעדט צום אייבערשטן - דאס בלייבט פאר אייביג, דאס איז א נצחיות; וואויל איז דעם וואס כאפט ארויס ווערטער צום אייבערשטן.
מאך זיך א שיעור אין משניות. משניות רייניגט דעם מענטש פון אלע טומאות און אלע זוהמות. משנה איז ראשי תיבות די ווערטער פון ה'עלית מ'ן ש'אול נ'פשי; משנה נעמט ארויס דעם מענטש פון אלע בלאטעס. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן די ווערטער, אין א רייע, גיי כסדרן דיקא; הויב אן סדר זרעים, מסכת ברכות, זאג א פרק נאך א פרק, עס וועט אראפפאלן פון דיר שטיקער בלאטע; ווער עס איז שטארק אין דעם - איז זוכה צו ווערן א גרויסער צדיק.
ביינאכט נאך א טאג פון שווער ארבעטן און פון אזויפיל איבערגייאכץ וכו' - זאלסטו זיך נישט פארלירן וכו'; לויף צו די תורה. אז דו וועסט לויפן צו די משניות - וועט דיין ווייב דיר אנטקעגן קומען, זי וועט דיר זיין פאר אן עזר, און אז מען לויפט נאך - ווערט מען דערנידערט און זי ווערט א כנגדו וד"ל.
געלויבט דעם אייבערשטן, נעכטן איז אריבער א שיינע טאג אין ישיבה. עס האט זיך אנגעהויבן מיט זייער א פרייליכע זאך, א בחור האט מסיים געווען די צווייטע מאל גאנץ ש"ס! דאס איז אזא שיינע התחלה; עס האט געגעבן א וועק אויף יעדן איינעם, אלע זאלן זיך מאכן א שיעור, אנהויבן ש"ס.
נעכטן נאכט איז געווען ביי מיר אין שטוב א סעודת ראש חודש מיט אפאר פון אנשי שלומינו וואס העלפן די כולל. עס איז געווען זייער געשמאק צו זיצן מיט אנשי שלומינו און רעדן פון רבי'ן, מען האט גערעדט פון וואס מען האט געהאט נעכטן אינעם בלאט גמרא, דאס גרויסקייט פון העלפן תלמידי חכמים; מיט'ן העלפן תלמידי חכמים זאלן קענען לערנען - מיט דעם איז מען מקיים "ולדבקה בו", מען ווערט איינס מיט'ן הייליגן באשעפער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.