בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, נישט מיט סטראשען
תפילה והתבודדות, חברים, שלום בית, שבת קודש, דרשות, סבלנות, ראש ישיבה, פירושים, עקשנות, אידיש, א גוט אויג

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם פארגאנגענעם שבת בין איך געווען מיט מיין משפחה אין שטעטל, איך האב זיך זייער מחי' געווען צו זיין שבת מיט אנשי שלומינו.


גלייב מיר, דאס וואס מוהרא"ש זאגט, וואו עס קומען זיך צאם אנשי שלומינו לוינט צו קומען פון יענע עק וועלט אריין צו שטעקן דעם קאפ מיט צו האלטן די דיבורים - דאס האב איך געשפירט שבת. יעדע מינוט וואס מען האט געשמועסט מיט אנשי שלומינו - איז געווען אזעלכע חיזוק, אזעלכע שיינע ווערטער - כמים קרים, אזוי ווי קאלט וואסער פאר אן אפגעמאטערטער. סיי פרייטאג צו נאכטס, שבת אינדערפרי פאר'ן דאווענען, נאכן דאווענען, שלש סעודות און מלוה מלכה.


איך דארף מקצר זיין, איך שרייב דיר נאר אפאר ווערטער ממש אויפ'ן שפיץ גאפל, וואס מיר האבן גערעדט שבת.


פרייטאג צו נאכטס האבן מיר גערעדט פון נישט האבן קיין טענות אויפ'ן אייבערשטן, ווען מען בעט דעם אייבערשטן זאל מען נישט סטראשען. מען זעט אין די פרשה, רחל האט געבעטן יעקב (בראשית ל, א): "הָבָה לִּי בָנִים" געב מיר א ברכה פאר קינדער, "וְאִם אַיִן מֵתָה אָנֹכִי" אז נישט - בין איך א טויטע, שטייט (שם, ב): "וַיִּחַר אַף יַעֲקֹב בְּרָחֵל" יעקב האט זיך אויפגערעגט אויף רחל. זאגט מוהרא"ש, פארוואס האט זיך יעקב געבייזערט אויף רחל? וואס האט רחל דא שלעכטס געטון? וואס דען דארף א פרוי טון ווען זי זעט אז זי האט נישט קיין קינדער, נאר גיין בעטן פון א צדיק א ברכה, און דאס האט זי דאך געטון! זאגט מוהרא"ש, זי האט זייער גוט געטון מיטן בעטן 'הבה לי בנים' געב מיר א ברכה אויף קינדער, אבער 'ואם אין מתה אנכי' אז נישט בין איך א טויטע - דאס זאגט מען נישט; ווען מען בעט דעם אייבערשטן און מען בעט א ברכה פון א צדיק - בעט מען וואס מען דארף, אבער נישטא קיין סטראשען, נישטא קיין 'אויב נישט'.


מיר זענען אריין אין א שיינע שמועס פון די פאריגע וואכעדיגע פרשה, אז דער אייבערשטער האט אויסגעהערט יצחק אבינו'ס תפילות, ווייל אינו דומה תפילת צדיק בן צדיק לתפילת צדיק בן רשע; לכאורה דארף ווען זיין פארקערט, רבקה האט זיך מוסר נפש געווען, זי איז אוועק פון די טריפה'נע שטוב פון בתואל און לבן, זי איז מקורב געווארן צום צדיק, זי האט זיך אנגעטון מיט די גרעסטע איידלקייט, דארף מען איר דאך אויסהערן און איר געבן וואס זי בעט! דער ענטפער איז, טאקע וועגן די קשיא האט מען נישט צוגעהערט אירע תפילות, ווייל תפילה דארף צוגיין באופן מתנת חינם, תפילה בעט מען דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, עס קומט מיר גארנישט, איך בעט דיר אן אומזיסטע מתנה".


אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצו): "אָסוּר לָאָדָם לַעֲמֹד עַצְמוֹ עַל שׁוּם דָּבָר, הַיְנוּ שֶׁאָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲשֶׂה לוֹ דַּוְקָא אֶת בַּקָּשָׁתוֹ וכו'" א מענטש טאר זיך נישט איינ'עקשנ'ען ביים אייבערשטן אז דער אייבערשטער מוז מיט אים טון אזוי ווי ער וויל. "רַק צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל וּלְהִתְחַנֵּן לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, אִם יִתֵּן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, יִתֵּן, וְאִם לָאו לָאו", נאר מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מיט רחמנות, אזוי ווי מען בעט זיך ביי איינעם ער זאל רחמנות האבן; אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן איז גוט, און אז ער וועט אים נישט נאכגעבן - איז נישט. מיט דעם טייטשט דער רבי וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תַּעַשׂ תְּפִלָּתְךָ קֶבַע", קבע איז א לשון פון גזילה, אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "'וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ', הַיְנוּ שֶׁכָּל מַה שֶּׁהוּא מְבַקֵּשׁ, הֵן פַּרְנָסָה אוֹ בָּנִים אוֹ שְׁאָר צְרָכִים, אָסוּר לְהִתְעַקֵּשׁ וְלַעֲמֹד עַצְמוֹ בִּתְפִילָּתוֹ, שֶׁדַּוְקָא יַעֲשֶׂה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶת תְּפִילָּתוֹ", ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף פרנסה, אויף קינדער אדער אנדערע געבעטן, טאר מען זיך נישט איינ'עקשנ'ען אז עס מוז זיין אזוי ווי ער וויל, "כִּי זֶה הוּא תְּפִילַּת קֶבַע, שֶׁלּוֹקֵחַ הַדָּבָר בְּחָזְקָה בִּגְזֵלָה, רַק יִתְפַּלֵּל רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים כַּנַּ"ל".


טאקע דערפאר האט מען צוגעהערט יצחק'ס תפילות. ווייל רבקה, ווען זי האט געבעטן איז דאס געווען א תפילה וואס קומט מיר, 'איך בין א צדקת בן רשע, קוק וואס איך האב שוין אלץ געטון פאר'ן אייבערשטן, דארף איך א קינד'; אזוי בעט מען נישט. ווידעראום יצחק אבינו, א זון פון אברהם אבינו - האט נישט געשפירט ווי ער האט עפעס געטון אז עס קומט אים, ער בעט: "הייליגער באשעפער, געב מיר א קינד".


מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די זאך ווי אזוי צו בעטן דעם אייבערשטן. עס איז געווען נאך אסאך שיינע שמועסן; איך וועל דיר דאס שרייבן אין א צווייטע געלעגנהייט.


ביי ספורי מעשיות האבן מיר געלערנט די מעשה פון די זיבן בעטלערס. (ספורי מעשיות, מעשה יג) ווי די חתן כלה האבן זיך זייער געבענקט ביי די חתונה צו די בעטלערס, מיר האבן גערעדט אז ווען מען האט חתונה, מען וויל האבן א שיינע שטוב, מען וויל האבן שלום בית - דארף מען האבן די בלינדע בעטלער; נישט קוקן און זוכן אין די ווייב חסרונות, נישט אלעס דארף מען זען, נישט אלעס דארף מען באמערקן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת נג:): "מַעֲשֶׂה בְּאָדָם אֶחָד שֶׁנָּשָׂא אִשָּׁה גִדֶּמֶת" עס איז געווען א מעשה, א מענטש האט חתונה געהאט מיט א גדמת, א פרוי אן הענט, "וְלֹא הִכִּיר בָּהּ עַד יוֹם מוֹתָהּ" ער האט נישט געוויסט ביז זי איז געשטארבן אז זי איז געווען א פרוי אן הענט, און די גמרא פירט אויס: "כַּמָּה צָנוּעַ אִישׁ זֶה" דער מענטש האט געמוזט זיין זייער אן איידעלער מענטש, אז ער זאל נישט קוקן אויף זיין ווייב.


מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן, ווי אזוי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש - מיינט נישט צו זאגן אז דער מענטש האט געהאט א שמאטע ארומגעבינדן אויף די אויגן און נישט געזען אז עס פעלט איר הענט, נאר ער האט פשוט נישט געקוקט אויף אירע חסרונות, ער האט נישט געמאכט אן עסק פון דעם, ער האט געזען נאר דאס גוטס אין איר.


מיר האבן גערעדט צו אינגעלייט זיי זאלן נישט זוכן חסרונות אין שטוב, נישט זוכן ווי עס איז נישט מסודר און ווי עס איז נאכנישט געטון געווארן די שטוב ארבעט וכדומה, נאר זיין דער בלינדער בעטלער. און אז מען איז נאכנישט ביי די מדרגה, מען זעט נאך יא חסרונות, זאל מען בענקען און וויינען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קדושת עיניים, איך זאל האבן געזונטע אויגן, נאר זען גוטס אין מיר, אין מיין ווייב און אין יעדן איינעם. הייליגער באשעפער, ווי נעמט מען דעם בלינדן בעטלער, ווי איז מען זוכה נישט צו זען וואס מען דארף נישט? ווי איז מען זוכה צו קוקן נאר אויף דאס גוטס?" און ווען די חתן כלה האבן געבענקט קומט ער אריין און זאגט: "איך בין דא, איך בין געקומען צו אייך, איך געב ענק א מתנה גמורה דרשה געשאנק", ווייל דורך בעטן און בענקען איז מען זוכה צו דעם.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן פון די שיינע שבת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.