בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - געמאכטע חשק, ביז עס וועט ווערן אן אמת'ע חשק
שמחה, אמונה, התחזקות, עבודת השם, דאווענען, סיפורי מעשיות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישלח, ז' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אין ישיבה איז געווען זייער שיין, מען האט זיך זייער מחזק געווען מיטן הייליגן רבינ'ס עצות.


שבת אינדערפרי נאכן דאווענען ביי סיפורי מעשיות האבן מיר געלערנט די מעשה פונעם חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט' מחכם ותם), ווי דער חכם ווען ער האט באקומען די בריוו פונעם קעניג אז ער וויל אים זען - איז ער פלוצלונג געווארן א גרויסער עניו, ער האט אנגעהויבן זיך אוועק מאכן אז עס קען נישט זיין דער קעניג דארף אים. מיר האבן גערעדט אז דאס איז איינע פון די טריקס פונעם יצר הרע, ווען עס קומט צו עבודת השם מאכט ער דעם מענטש זאל זיך שפירן ווי זיין לערנען און דאווענען, זיינע מצוות און מעשים טובים - איז גארנישט ווערד, און אזוי ווארפט ער אריין דעם מענטש אין כפירות ואפיקורסות רחמנא לצלן, מה שאין כן דער הייליגער תם, וועןער האט געהערט אז דער קעניג, דער מלך מלכי המלכים, דער אייבערשטער וויל אים זען - איז ער גלייך געלאפן מיט גרויס שמחה; אזוי דארפן מיר זיך פירן, ווען עס קומט צו דינען דעם אייבערשטן דארפן מיר לויפן צו אים, אוועק ווארפן אלע חכמות.


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט זייער א וויכטיגע זאך וואס מען דארף וויסן פארן לעבן, עס שטייט אין פסוק (בראשית כח, יב): "וְהִנֵּה מַלְאֲכֵי אֱלֹקִים עֹלִים וְיֹרְדִים בּוֹ", יעקב אבינו האט גע'חלומ'ט ווי א לייטער שטייט נעבן אים ביזן הימל, און מלאכים גיין ארויף און אראפ; לכאורה דארף זיין פארקערט, מלאכים זענען אין הימל, דארף ווען שטיין "יורדים ועולים", זיי קומען אראפ און גייען ארויף.


אפשר לומר מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עד): "לִפְעָמִים אֵין לְהָאָדָם שׁוּם הִתְלַהֲבוּת בְּהַתְּפִלָּה", אמאל מאכט זיך אז מען האט נישט קיין געפיל צום דאווענען, אזוי ווי די ניגון גייט 'עסן עסט זיך, שלאפן שלאפט זיך – וואס זאל מען טון אז עס דאווענט זיך נישט'; זאגט דער רבי, מען זאל נישט ווארטן ווען עס וועט אראפקומען א געפיל פון אויבן און דעמאלט דאווענען, נאר מען זאל זיך מאכן ווי מען האט א געפיל, מען זאל אנהויבן דאווענען מיט א געמאכטע חשק, ביז עס וועט ווערן אן אמת'ע חשק.


דער רבי געבט א ביישפיל, אזוי ווי איינער "שְׁנִיצְט זִיךְ אַיין רֹגֶז", מען מאכט זיך ערנסט ביז מען ווערט טאקע בכעס, "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ בַּקְּדֻשָּׁה בְּעִנְיַן הַתְּפִלָּה", אזוי אויך ביים דינען דעם אייבערשטן, "צְרִיכִים לִפְעָמִים לַעֲשׂוֹת לְעַצְמוֹ רֹגֶז", מען דארף זיך מאכן ווי מען האט א געפיל, "וְיַעֲשֶׂה לוֹ חֲמִימוּת וְתַבְעֵרַת הַלֵּב בְּדִבּוּרֵי הַתְּפִלָּה, אַזוֹי וִויא אֵיינֶר שְׁנִיצְט זִיךְ אַ רֹגֶז, וְעַל יְדֵי זֶה יָבוֹא אַחַר כָּךְ בֶּאֱמֶת לְהִתְלַהֲבוּת וַחֲמִימוּת הַלֵּב בְּהַתְּפִלָּה", אזוי וועט ער קומען צו דאווענען מיט א ברען און מיט א געפיל, "וְיִזְכֶּה שֶׁיִּבְעַר לִבּוֹ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְיִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל", און ער וועט זוכה זיין אז דאס הארץ וועט אים אנהויבן ברענען צום אייבערשטן.


"וְכֵן בְּעִנְיַן הַשִּׂמְחָה", און אזוי אויך ווען עס קומט צו זיין פרייליך; מען קען נישט ווארטן ביז מען וועט טאקע זיין פרייליך, נאר מען זאל זיך מאכן ווי מען איז פרייליך, "וְאִם לִפְעָמִים דַּעְתּוֹ מְבֻלְבָּל וְאֵינוֹ יָכוֹל בְּשׁוּם אֹפֶן לְשַׂמֵּחַ עַצְמוֹ", און אז מען איז אזוי צעמישט און מען קען נישט צו קומען צו אמת'ע שמחה, "אָז עֲצָתוֹ שֶׁיַּעֲשֶׂה עַצְמוֹ כְּאִלּוּ הוּא שָׂמֵחַ", זאל מען זיך מאכן ווי מען איז פרייליך, "וְאַף עַל פִּי שֶׁבִּתְחִלָּה עֲדַיִן אֵין הַשִּׂמְחָה בֶּאֱמֶת בַּלֵּב", און אפילו אין אנהויב איז מען טאקע נאכנישט פרייליך, עס איז נאר געמאכט, "אַף עַל פִּי כֵן עַל יְדֵי שֶׁעוֹשֶׂה עַצְמוֹ כְּאִלּוּ הוּא שָׂמֵחַ, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה אַחַר כָּךְ בֶּאֱמֶת לְשִׂמְחָה", וועט ער ביים סוף ווערן פרייליך.


דאס קומט אונז די פסוק לערנען, די לייטער שטייט ביי דיר, דו קענסט אנקומען צו די העכסטע מדריגה, אבער קודם איז 'עולים' און נאכדעם 'ויורדים בו', ווארט נישט די מלאכים זאלן אראפקומען קודם, דו זאלסט שפירן די קדושה, די שמחה, און נאר אזוי דאווענען און דינען דעם אייבערשטן, נאר ערשט קריך דו ארויף אויפן לייטער, דו הויב אן ארויפשיקן מלאכים, רעד ארויס דיבורים צום אייבערשטן, לערן תורה אן פארשטיין, און מאך דיך פרייליך, נאכדעם וועט זיין 'יורדים בו', והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.