בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מען דארף אסאך חיזוק נישט אפצולאזן דעם הייליגן רבי'ן
תודה והודאה, חנוכה, התחזקות, חסידות ברסלב, סיפורי צדיקים, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת חנוכה איז א צייט וואס מען פלעגט קומען צום רבי'ן. דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן קא; פעולת הצדיק, סימן תתמו) ווער עס וועט קומען צו אים די דריי זמנים: ראש השנה, שבת חנוכה און שבועות - וועט ניצול ווערן פון עולם התוהו. אנשי שלומינו טוען טאקע אזוי, מען קומט זיך צוזאם די דריי צייטן. ראש השנה פארן מיר קיין אומאן, און די אנדערע צוויי צווייטן קומט מען זיך צוזאם דאווענען מיט ברסלב'ער חסידים.


מען דארף אסאך חיזוק נישט אפצולאזן דעם הייליגן רבי'ן. דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, ער וויל נישט מען זאל זיין ביים רבי'ן, ער טוט אלעס אוועק צו נעמען דעם מענטש פון רבי'ן; פאר איינעם מאכט ער בלבולים, פאר א צווייטן א חלישת הדעת, און אזוי קומט ער צו יעדן איינעם מיט א טעכניק ווי אזוי אים אוועק צו שלעפן פון רבי'ן.


עס איז געווען ביים רבי'ן א איד ר' ליפא, א גרויסער סוחר, אן ערליכער איד. אמאל איז ער געפארן אויף א גרויסער יריד צו מאכן געשעפטן, ער איז קודם געפארן צום רבי'ן נעמען א ברכה, ער איז געווען שבת ביים רבי'ן. ביי שלש סעודות האט אים שוין די הויט געברענט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה כדי ער זאל שוין קענען פארן צום יריד פארדינען געלט, און אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער אים מרמז געווען אינמיטן די תורה אז עס שטייט אין תקוני זוהר (תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן און שפעטער הרג'עט עס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא אז נישט אלעס איז געלט וכו', ר' ליפא האט זיך אבער פון דעם באליידיגט, ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און ער איז מער נישט געקומען.


ווען רבי נתן האט אים געטראפן, האט ער אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, עמנו הייתם!" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, זאגט אים רבי נתן: "ליפא! פון אזא רבי גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן - וועל איך אויך נישט אוועק גיין!"


מוצאי שבת וועלן מיר זיך צאמקומען אין בנין התלמוד תורה אין שטעטל להודות ולהלל, לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים, אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן.


א פרייליכן שבת.