בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ארץ הקודש, ה' עליהם יחיו
ווי גליקליך זענען מיר אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס דערמאנט אונז פון דעם הייליגן באשעפער; וויפיל מיר פארגעסן און מיר גייען צוריק צו אונזערע שטותים - קומט דער רבי און וועקט אונז, און דערמאנט אונז מיר זאלן נאכאמאל טראכטן פונעם אייבערשטן, און בעט אונז מיר זאלן רעדן אפאר ווערטער צום אייבערשטן.
מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, וואס איז די לימוד פון הייליגן רבי'ן אנדערש פון אנדערע צדיקים? אלע צדיקים רעדן דאך פון די זעלבע זאכן; פון תורה, פון תפילה, פון אמונה וכו' וכו', וואס איז ברסלב? זאגט מוהרא"ש, אלע צדיקים ווייזן דיר א וועג ווי אזוי דו קענסט אנקומען נאנט ווערן צום אייבערשטן, דער צדיק זאגט - דורך תורה וועסטו אנקומען הויך, דער צדיק זאגט - דאס איז די וועג וכו', ווידעראום דער רבי זאגט אנדערש, דער רבי עפנט אונז די אויגן מיר זאלן זען אז 'דער אייבערשטער איז דא מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר', מען דארף נאר עפענען די מויל און אנהויבן רעדן צו אים.
נעכטן ביים שיעור האבן מיר גערעדט פון וואס די תורה זאגט (דברים טז, יח): "שֹׁפְטִים וְשֹׁטְרִים תִּתֶּן לְךָ בְּכָל שְׁעָרֶיךָ" מען זאל שטעלן מנהיגים, די שאלה איז ווי אזוי ווייסט מען צו וועלכער מנהיג צו גיין? מוהרא"ש דערציילט, מענטשן זענען געקומען צו א גרויסן צדיק און אים געפרעגט, זיי וואוינען אין א גרויסע שטאט מיט אסאך גוטע אידן, וועם זאלן זיי נעמען פאר א רבי? האט דער צדיק געענטפערט, עס שטייט אין די תורה: "שֹׁפְטִים וְשֹׁטְרִים תִּתֶּן לְךָ בְּכָל שְׁעָרֶיךָ", מען זאלן ממנה זיין אין יעדע שטאט און אין יעדע געגנט רבנים און דיינים, וועלכער מנהיג זאל מען אויפנעמען? "אֲשֶׁר ה' אֱלֹקֶיךָ נֹתֵן לְךָ לִשְׁבָטֶיךָ" א מנהיג וואס שיינט אריין אין ענק 'דער אייבערשטער איז מיט דיר, דער אייבערשטער איז דא, רעד צו אים, בעט אים'.
אינטערעסאנט איז, ווען א תלמיד היכל הקודש רעדט מיט א פרעמדער, ווען יענער ווייסט נישט אז ער דרייט זיך אין רבינ'ס חדר, אין היכל הקודש - וועט יענער פרעגן: "דו ביסט ברסלב?" ווייל נאכן רעדן אפאר ווערטער און הערן ווי אין יעדע שמועס קומט אריין אייבערשטער, "אֲשֶׁר ה' אֱלֹקֶיךָ נֹתֵן לְךָ" - ווייסט מען שוין אז דאס איז א ברסלב'ער.
עס איז א גרויסע שמחה פאר אנשי שלומינו אין ארץ ישראל אז מיר האבן געעפנט די וואך נאך א שולע אין ארץ ישראל, מיר האבן געעפנט א בית פיגא אין בני ברק; איך באקום צוריק זייער שיינע גריסן ווי די לערערינס ארבעטן געטריי, מען לייגט אריין אין די קינדער אמונה פשוטה מיט שמחה.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט שבת.