בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; דו האסט נישט קיין אנונג וויפיל הונדערטער און טויזנטער מענטשן זענען זיך מחי' וועכנטליך. איך באקום בריוו פון אזויפיל משפחות וואס זיי זאגן אז די עצתו אמונה קונטרסים וואס ערשיינט וועכנטליך - דאס איז זייער וועג ווייזער אין לעבן; זייט זיי האבן אנגעהויבן באקומען די וועכנטליכע קונטרסים נעמען זיי נישט אריין אין שטוב קיין שום פרעמדע ליין מאטריאל, זיי נעמען זייער הדרכה ווי אזוי צו פירן די שטוב - פון די קונטרסים.
איך שרייב דיר דאס כדי דו זאלסט וויסן וואס דו טוסט; זאלסט נישט טראכטן קיין איין רגע אפצולאזן די הייליגע ארבעט פון מגיה זיין און אויסשטעלן די קונטרסים עס זאל זיין גרייט אין צייט יעדע וואך.
איך האף אז דו וועסט בקרוב ענדיגן די ספרים איש אמונות פון שנת תש"פ, דאס וועט מחזק זיין אזויפיל משפחות; עס איז דא דארט חיזוק פאר אלע נסיונות, פאר אלע איבערגייאכטס.
איך שיק דיר א מעשה פאר די 'קינדער עצתו אמונה', די מעשה פון רבי'ן ווי דער רבי האט געזאגט פאר'ן בעל עגלה: "איך גיי אויף א נייעם וועג, וואס די נייע וועג פירט צום אלטן וועג".
די נייע וועג פירט צוריק צום אלטן וועג
טייערע קינדער, מיר דארפן זיך זייער פרייען אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן; דער רבי ברענגט אונז נאנט צום אייבערשטן, דער רבי האט אזעלכע גוטע וועגן ווי אזוי מיר קענען ווערן גרויסע צדיקים; ווער וויל הערן די וועג פון רבי'ן ווי אזוי צו ווערן א צדיק?
דער הייליגער רבי איז אמאל געפארן אין וועג און אינמיטן האט מען נישט געקענט ווייטער פארן, די וועג איז געווארן אנגעלייגט מיט וועגענער, דער בעל הגעלה האט זיך גוט אויסגעקענט מיט זייטיגע וועגן, ער האט אוועקגעדרייט די פערד זאלן אריין פארן אין וואלד און ער זאגט פאר'ן רבי'ן: "איך נעם א נייעם וועג, אבער באלד וועט איר זען ווי די נייע וועג פירט צוריק צום אלטן וועג".
דער הייליגער רבי איז זייער צופייערט געווארן, דער רבי רופט זיך אן: "דאס טו איך, איך בין אראפ פון וועג, איך האב גענומען א נייעם וועג, אבער די נייע וועג פירט צו די גאר אלטע וועג, די וועג וואס אונזערע עלטערן אברהם אבינו, יצחק אבינו און יעקב אבינו זענען געגאנגען; ביז יעצט איז געווען א וועג פון תעניתים און סיגופים, ווער עס האט געוואלט זיין א צדיק האט גענומען די וועג פון טון שווערע עבודות, פאסטן און זיך פייניגן, אבער יעצט, זאגט דער רבי, האב איך א נייעם וועג, א וועג פון התבודדות און תפילה; ווער עס וויל זיין א צדיק דארף שוין נישט פאסטן, דורך התבודדות און תפילה קען מען ווערן א גרויסער צדיק".
אלע קינדער ווייסן שוין יעצט ווי אזוי מען ווערט א צדיק; אז מען רעדט אסאך צום אייבערשטן, מען גייט התבודדות, מען גייט אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, מען רעדט צום אייבערשטן אין די שפראך וואס מען איז געוואוינט צו רעדן, מען בעט אים: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין אן ערליכער איד, הייליגער באשעפער, איך וויל זיין א צדיק", אזוי איז מען זוכה צו ווערן א צדיק.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.