בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, ערב ראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער איידעם הרב ... נרו יאיר
שטארק זיך מיט דיין עבודת השם יתברך, מיט דיינע שיעורים קבועים. יעצט איז די שענסטע צייט אין לעבן, יעצט נאך די חתונה ווען דו האסט נאכנישט קיין טרדות הפרנסה, און דו האסט א ווייב וואס היט דיך - קענסטו זוכה זיין צו זייער גרויסע מדריגות.
זע צו גיין שלאפן פרי און שטיי אויף פארטאגס, לערן דיינע שיעורים פארטאגס; משניות און אסאך גמרא, אויך מדרש וזוהר, און דעם הייליגן רבינ'ס ספרים.
האסט אנגעהויבן זיך לערנען סופרות - זאלסטו דאס נישט אפלאזן, נאר ווייטער ממשיך זיין; מיר דארפן אין די קהילה אסאך סופרים.
אויב קענסטו מיר העלפן דורכן טאג מיט די בחורים, זיי מחזק זיין, זיי זאלן קומען צייטליך און זיין אין בית המדרש ביי די שיעורים.
ועל כולם זאלסטו זיך טרעפן א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך דארט מתבודד זיין, רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, בעט אים דו זאלסט זוכה זיין צו זיין א צדיק.
פון דיין שווער, דיין ראש ישיבה.