בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#13 - נישט אויסגעהאלטן אוועקצופארן פון שטוב יעדע שני וחמישי
שלום בית, דאווענען, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך, י"ב סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט ברוגז אז איך זאג דיר וואס צו טון, איך וויל נאר דיין גוטס.


אוועק פארן פון שטוב יעדע שני וחמישי צו רבי ישעי'לע קערעסטירער איז נישט קיין אויסגעהאלטענע זאך, בפרט אין שנה ראשונה, און בפרטי פרטיות ווען דיין ווייב איז אין די צייט וואס זי ווארט למזל טוב.


גיי אוועק פון די צעלאזטע וועג פון פארן קיין קערעסטיר יעדע שני וחמישי; עס שמעקט נישט גוט די גאנצע זאך.


גיי אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, און לערן יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא און הלכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - מיט סבלנות און מיט איר אויפבויען וועט דאס אריבערגיין
שלום בית, סבלנות, שנה ראשונה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, ווער נישט צעפאלן, עס נעמט צייט ביז זאכן זענען זיך מסדר, אזוי גייט עס ביי אסאך יונגע ווייבלעך, זיי וויינען גאנצע טעג און נעכט, דאס מיינט נישט אז מען איז אריינגעפאלן.


דיין ווייב איז א טייערע פרוי, זי וויינט טאקע אסאך, אבער זי איז א גוטע און א וואוילע, מיט סבלנות און מיט איר אויפבויען וועט דאס אריבערגיין.


די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין כב:): "אֵין הָאִשָׁה כּוֹרֶתֶת בְּרִית, אֶלָּא לְמִי שֶׁעֲשָׂאָהּ כְּלִי", א פרוי ווערט איינס מיטן מאן וואס מאכט איר פאר א כלי, וואס בויט איר אויף און האט אסאך סבלנות.


ברודער, גיי יעדן טאג התבודדות, שריי זיך אויס צום אייבערשטן, דערצייל אים דיין גאנצע הארץ, וועסטו זען ישועות.

#11 - ביסט נישט גערעכט מיט די וועג פון פרישות
קינדער, חמרות ופרישות, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית יואל


ביסט נישט גערעכט מיט די וועג פון פרישות וכו'. קוק אריין אין די ווערטער פון הייליגן בני יששכר אין ספר דרך פקודיך, מצות פרי' ורבי' (חלק הדיבור, אות יב): "כשרואה שאשתו משדלתו בדברים", ווען מען זעט ווי די ווייב וויל לעבן אינאיינעם, "מצוה לפוקדה, והוי ליה בנין דמעלי", דעמאלט קען מען זוכה זיין צו האבן גוטע ערליכע קינדער.


אויך קוק אריין אין די ווערטער וואס ער זאגט: "ונ"ל דגם המקובלים מודים לזה אפי' אינו בשבתות וימים טובים, דעיקר אזהרת המקובלים הוא בכדי להמשיך נשמות קדושות משא"כ ימי החול אינם מסוגלים לזה, אבל בנידון הזה נפקא לן מן התורה דהוה ליה בנין דמעלי, דלמדנו זה מלאה שיצא ממנה יששכר", אז די אלע זמנים וואס שטייט פון די מקובלים - דאס איז נאכן מקיים זיין די מצוה פון פרי' ורבי', אבער א אינגערמאן, שנה ראשונה, דארף לעבן אן קיין פרישות.


לעבן מיט די ווייב אזוי ווי דער אייבערשטער האט אונז באפוילן - איז נישט א זאך וואס קילט אפ אדער שלעפט אראפ פון עבודת ה', אזוי זאגט די פארדרייטע מדריכים.


איך דארף מקצר זיין מפני הצניעות, עס איז נישט שייך צו שרייבן באריכות, איך וועל רעדן מיט דיר פנים בפנים.

#10 - שוין חתונה געהאט צוויי און צוואנציג יאר און ס'שפירט זיך ווי שנה ראשונה
שלום בית, צדיקים, אמונת חכמים, חתונה, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני א', י"א ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע זאכן, ווי דיין לעבן איז דיר אזוי שיין און אז דיין ווייב זאגט דיר אז זי שפירט - זייט ענקער התקרבות צום רבי'ן - ווי איר זענט אינמיטן ענקער שבע ברכות.


ביי מיר איז אויך אזוי, איך בין שוין חתונה געהאט איבער צוויי און צוואנציג יאר און עס שפירט זיך ווי שנה ראשונה. מיטן רבינ'ס עצות, שכל און חיזוק - איז דער לעבן א זיסע חלום, מיט די שטארקע אמונה וואס דער רבי געבט אונז איז דער לעבן אזוי גוט.


זאלסט האבן א פרייליכן יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#9 - דארף א פרוי גיין ארבעטן?
חיזוק פאר פרויען, פרנסה, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, ל"ג שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויף דיין פראגע אויב א פרוי דארף ארבעטן וכו'; דארפן דארף מען נאר איין זאך, מען וועט איין טאג דארפן צוריק גיין צום אייבערשטן; דארף מען זיך אנגרייטן מיט תורה תפילה און גוטע מעשים.


מען קען נישט זאגן א פרוי דארף ארבעטן, אבער עס איז זיכער גוט פאר א יונגע פרוי וואס האט נאכנישט קיין קינדער צו ארבעטן, נישט גיין ליידיג, און פון ווען מען האט קינדער - ווענדט זיך שוין לויט אירע כוחות און לויט דער מצב וכו'.


ביז דערווייל זאל דיין ווייב בלייבן ארבעטן.

#8 - איר האט קוים חתונה געהאט, וואס דארפט איר שוין זארגן?
קינדער, רפואה, תהלים, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט קוים חתונה געהאט, וואס דארפט איר שוין זארגן? וואס דארפט איר שוין טראכטן פון גיין צו דאקטורים? איר וועט נאך האבן א שיינע שטוב מיט קינדער.


זאגט תהילים; דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן און בעטס אים אויף ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - האסט אנגעהויבן זיך לערנען סופרות, זאלסטו דאס נישט אפלאזן
תפילה והתבודדות, שלאפן, לימוד התורה, ישיבה, יונגע יארן, סדר היום, סופרים, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, ערב ראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער איידעם הרב ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין עבודת השם יתברך, מיט דיינע שיעורים קבועים. יעצט איז די שענסטע צייט אין לעבן, יעצט נאך די חתונה ווען דו האסט נאכנישט קיין טרדות הפרנסה, און דו האסט א ווייב וואס היט דיך - קענסטו זוכה זיין צו זייער גרויסע מדריגות.


זע צו גיין שלאפן פרי און שטיי אויף פארטאגס, לערן דיינע שיעורים פארטאגס; משניות און אסאך גמרא, אויך מדרש וזוהר, און דעם הייליגן רבינ'ס ספרים.


האסט אנגעהויבן זיך לערנען סופרות - זאלסטו דאס נישט אפלאזן, נאר ווייטער ממשיך זיין; מיר דארפן אין די קהילה אסאך סופרים.


אויב קענסטו מיר העלפן דורכן טאג מיט די בחורים, זיי מחזק זיין, זיי זאלן קומען צייטליך און זיין אין בית המדרש ביי די שיעורים.


ועל כולם זאלסטו זיך טרעפן א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך דארט מתבודד זיין, רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, בעט אים דו זאלסט זוכה זיין צו זיין א צדיק.


פון דיין שווער, דיין ראש ישיבה.

#6 - די צייט נאך די חתונה איז די שענסטע צייט אין לעבן
צניעות, רעדן, חתונה, הלכה, חומרות, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן און תפילה והתבודדות. יעצט נאך די חתונה איז די שענסטע צייט אין לעבן, דו קענסט זוכה זיין צו ווערן זייער א גרויסער צדיק; פון איין זייט האסטו נאכנישט קיין טרדות פון פירן א שטוב, און פון די אנדערע זייט האסטו שוין א ווייב וואס היט דיך, דו קענסט לערנען תורה בטהרה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא עב:) אויפ'ן פסוק (תהילים יט, י): "'יראת ה' טהורה עומדת לעד', אמר רבי חנינא זה הלומד תורה בטהרה, מאי היא נושא אשה ואחר כך לומד תורה", אז מען האט חתונה קען מען לערנען די הייליגע תורה מיט א ריינעם מח.


בנוגע וואס דו שרייבסט אז מענטשן פרעגן דיר אויס בדברים שבינו לבינה וכו'; געב אכטונג, רעד נישט מיט קיינעם פון דברים שבינו לבינה וכו'. ווער עס קומט דיר פרעגן פריוואטע פראגעס וכו', אפילו פון אנשי שלומינו - זאלסטו זיך ארויסדרייען.


אנטלויף פון חומרות ופרישות. ליידער האט זיך אריינגעכאפט די זאכן אין ברסלב, מען פארדריידט אינגעלייט, מען רעדט איין אינגעלייט מיט חומרות ופרישות וואס איז קעגן די תורה, דאס איז גורם מען זאל אראפפאלן אין עבירות חמורות רחמנא לצלן. די אלע זאכן וואס מען זאגט נאך פון צדיקים פאר אברכים, אויף דעם זאגן די הייליגע חכמים (נדרים כ:): "דמצייני כמלאכי השרת", דאס איז א וועג פון מלאכים, און מען פסק'נט נישט אזוי וכו'.


וואס דארף מען מער פון זיך פירן פשוט לויט וואס שטייט אין שלחן ערוך, זיך פירן פשוט על פי תורה איז דאך די גרעסטע מדרגה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הויבט אן דינען דעם אייבערשטן - דאס זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס זענען בלויז דמיונות, שטותים און קאפ דרייענישן, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "דְּהַיְנוּ מַה שֶׁחוֹשֵׁב וְחוֹקֵר וּמְדַקְדֵּק בְּיוֹתֵר, אִם הוּא יוֹצֵא כָּרָאוּי בַּמֶּה שֶׁעוֹשֶׂה", דאס וואס מען טראכט צי מען איז יוצא די מצוה וואס מען טוט - צי נישט; מען איז מדקדק און מען האלט אין איין אריין טראכטן: 'אפשר בין איך נישט יוצא, אפשר בין איך יא יוצא?' דאס אלעס ברענגט דערצו אז דער מענטש זאל אלעס אפלאזן רחמנא לצלן. "כִּי בָּשָׂר וָדָם אִי אֶפְשָׁר לוֹ שֶׁיֵּצֵא יְדֵי חוֹבָתוֹ בִּשְׁלֵמוּת", ווייל א מענטש קען נישט יוצא זיין די מצוות פונעם אייבערשטן בשלימות, "וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא' וְכוּ'", דער אייבערשטער זוכט נישט א וועג ווי אזוי ער קען אונז כאפן און אויפווייזן אז מיר קענען נישט טון די מצוות, ווייל די תורה איז געגעבן געווארן פאר מענטשן, "וְלֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", נישט פאר קיין מלאכים, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", און די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין, וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט און לעבן אלץ אין ספיקות, ווייל די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - גיין ליידיג איז שעדליך
חיזוק פאר פרויען, פרנסה, ראש ישיבה, היטן די צייט, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן האט מיך געפרעגט שמחת תורה אויב איר זאלט נעמען די ארבעט ביי ..., היות עס האט א חסרון אז אסאך מאל ענדיגט מען די ארבעט שפעט, ער וויל וויסן וואס איך האלט.


איך מיין עס איז יא כדאי צו נעמען די ארבעט, ענדערש ווי גיין ליידיג; א יונג ווייבל אן קינדער איז נישט גוט צו זיין אן אן ארבעט, גיין ליידיג איז שעדליך, גיין ליידיג מאכט דעפרעסט, ענדערש זאלט איר נעמען די ארבעט, אפילו איר ענדיגט אמאל שפעט, און ווען איר וועט האבן קינדער - דעמאלט קענט איר בלייבן אין שטוב, זיין א מאמע פאר די קינדער.


זאגט יעדן טאג אינדערפרי ברכת השחר, קריאת שמע, די דרייצן אני מאמין'ס און רעדט צום אייבערשטן אויף אייער שפראך. בעטס אים אלעס וואס איר דארפט, שמועסט מיטן אייבערשטן, דאנקט אים אויף אייער לעבן; ווי מער מען דאנקט - ווערט זיסער דאס לעבן.


אויב איר האט זאכן דורך צו רעדן - קענט איר קומען זונטאג מיט אייער מאן קיין וויליאמסבורג, אדער יעדע מוצאי שבת מברכים אין שטעטל, דעמאלט נעם איך אויף בקביעות מיינע תלמידים.

#4 - דרך ארץ אין שול, נעמט נישט אוועק פון די הנאה אין לעבן
דרך ארץ, שווער און שוויגער, מדות טובות, לימוד התורה, יונגע יארן, דאווענען, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דער אייבערשטער האט געמאכט מיט דיר אזא גרויסע נס, דו האסט חתונה געהאט, האסט באקומען אן "אשת חיל"; זאלסטו אויסנוצן דיינע יונגע יארן מיט תורה ותפילה.


זיי זיך קובע צו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות. יעצט האסטו שוין נישט די יצר הרע פון אלס בחור, האסט חתונה געהאט, יעצט קענסטו לערנען תורה בטהרה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא עב:): "הַלוֹמֵד תּוֹרָה בְּטָהֳרָה וכו', נוֹשֵׂא אִשָּׁה, וְאַחַר כָּךְ לוֹמֵד תּוֹרָה".


אויך בעט איך דיר זייער, קום אין שול מיט דרך ארץ, מיט הכנעה, טו זיך אן א הוט און רעקל, מוהרא"ש זאגט מען זאל קומען אין שול מיט דרך ארץ און הכנעה. אז מען קומט אין שול מיט דרך ארץ נעמט עס נישט אוועק פון האבן א לעבן מיט פארגענוגן, מען קען האבן פא"ן, מען קען מאכן א לעבן, און פון די אנדערע זייט ווייסט מען דאס הייליגקייט פון א שול, דאס גרויסקייט פון דאווענען.


דיין שווער און שוויגער באדאנקען זיך יעדן טאג פאר אזא איידעם ווי דיר, דו פירסט זיך מיט דרך ארץ, דו רעדסט נישט ווען זיי רעדן, ביי די סעודה זיצטו מיט דרך ארץ, דו טענה'סט נישט, דו מאכסט נישט חוזק וכו' וכו'.


שרייב מיר דיינע שיעורים און דיינע סיומים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#3 - פרעג דיין ווייב רשות אויב דו זאלסט פארן קיין אומאן
קינדער, שלום בית, סגולות, שערן די האר, אומאן, ראש השנה, לימוד התורה, שנה ראשונה, זילבערנע ה, בגדים פון צדיק

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער, החתן ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין חתונה, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע ערליכע אידישע שטוב, דיין שטוב זאל זיין א פלאץ וואו די שכינה הקדושה זאל רוען.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דיין ווייב האט מקריב געווען א קרבן לה', זי האט זיך אפגעשוירן אירע האר, דאס איז א ריכטיגע קרבן פאר'ן אייבערשטן; אין דעם זכות וועלן ענק זוכה זיין צו ערליכע קינדער און הייליגע דורות.


איך שיק ענק א מתנה, א זילבערנע ה געבענטשט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; דאס געבן מיר פאר אלע תלמידות בית פיגא וואס טוען די ווילן פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, זיי שערן זיך אפ די האר; זיי זענען מקרב די גאולה שלימה. די זילבערנע ה איז א גרויסע סגולה פאר קינדער, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים חלק ב', סימן ח'): "הֵ"א הַנַּעֲשָׂה מִכֶּסֶף", א זילבערנע ה', "מְסֻגָּל לִפְרִיָּה וּרְבִיָּה", איז מסוגל פאר קינדער.


געב אסאך גוטע ווערטער פאר דיין ווייב, דאס איז זייער וויכטיג פאר שלום בית. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:): "רוֹצָה אִשָּׁה בְקַב", א פרוי וויל ענדערש ווייניג געלט, "וְתִפְלוּת", און זיין נאנט מיט איר מאן, "מִתִּשְׁעָה קַבִּין", ווי צו האבן אסאך געלט, "וּפְרִישׁוּת", און זיין אפגעשיידט; אלעס ווענדט זיך ווי אזוי מען רעדט, דאס רעדן שיין - דאס ברענגט די שלום בית נענטער און שטערקער; אז מען רעדט שיין, מען געבט גוטע ווערטער - ווערט זי זייער שטארק באהאפטן צו איר מאן.


אויך זאלסטו לערנען אין שטוב, דאס האט א ווייב זייער ליב; דאס הייסט, בשעת זי ווערט פארנומען מיט די שטוב, מיט די וועש, מיט די כלים, מיט רייניגן וכו' וכו' - דעמאלט זאלסטו זיצן מיט א משניות, א גמרא, מיט אלע דיינע שיעורים - און לערנען אויפ'ן קול, דאס וועט איר זייער פרייליך מאכן, אויך וועט דאס דיך היטן פון אלעם שלעכטס.


די מתנה, די זילבערנע ה געבענטשט פון מוהרא"ש, דאס געב איך נאר פאר ווער עס טוט די ווילן פון מוהרא"ש. די אלע וואס האבן חפצים פון א צדיק, אויב מען טוט די ווילן פונעם צדיק - האט א חשיבות ווען מען גייט מיט זיינ'ס א מלבוש, אבער אז מען גייט נאר מיט די בגדים פונעם צדיק און מען פירט זיך נישט אזוי - האט דאס א פנים ווי א חוזק.


בנוגע קומען קיין אומאן די יאר; ווען דו האלסט אפאר וואכן נאך דיין חתונה - פרעג דיין ווייב רשות, און אויב זי וויל נישט דו זאלסט פארן - זאלסטו בלייבן מיט איר די יאר, אויף דעם איז געזאגט געווארן (שבת קנא:): "חלל עליו שבת אחד כדי שישמור שבתות הרבה".


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2 - איך וויל אויסטיילן נאך ספרי תהלים פאר די תלמידות
סקול, תודה והודאה, שלום בית, תהלים, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


טו מיר א טובה, באשטעל מיר נאך הונדערט תהלים'ס פון די גרויסע תהלים. אויפ'ן דעקל לייג ארויף די ברסלב'ער קרוין און פון אונטן קריץ אריין די ווערטער: "א מתנה פון דער ראש ישיבה".


די הונדערט תהלים'ס וואס דו האסט באשטעלט - איז מיר שוין אויסגעגאנגען, איך דארף שוין נאך; עס קומען אריין כסדר פרישע תלמידות, אלע ווילן די שיינע תהילים.


עס איז דא נאך א זאך וואס איך וויל געבן פאר אלע תלמידות; דאס וועל איך שוין רעדן מיט דיר.


שטארק זיך מיט תודה והודאה, דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די חסדים, חסד חנם, וואס ער האט געטון מיט דיר ביז יעצט – וועט קומען צו גיין נאך גרעסערע חסדים.


מאך פרייליך דיין ווייב; דאס איז יעצט אין דיין ערשטע יאר, שנה ראשונה - דאס וויכטיגסטע זאך, וויכטיגער פון אלעמען.

#1 - יעצט נאך דיין חתונה, קענסטו ווערן א גרויסער צדיק
שלום בית, לימוד התורה, חתונה, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן, אויפ'ן עראפלאן פארנדיג קיין אומאן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט אז דו האסט זוכה געווען האסט חתונה געהאט - קענסטו ווערן א גרויסער צדיק. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיב ע"ב; עיין יומא עב ע"ב): "מִצְוָה וְגוּף טָהוֹר, נוֹשֵׂא אִשָׁה וְלוֹ בָּנִים", ווען מען האט חתונה קען מען לערנען תורה מיט א ריינקייט.


זיי זיך קובע צו לערנען שיעורים בכל התורה; מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה; שפעטער הייבט זיך אן טירדות, יעצט איז די שענסטע צייט; דיין ווייב וועט דיר נישט שטערן, זי וועט נאר הנאה האבן יעדע מינוט וואס דו וועסט לערנען.