בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וואו איז די הבטחה פון די הייליגע תורה?
כיבוד אב ואם, אמונה, התחזקות, קשיות, תפילה, יתום

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן די פראגע.


אז אייער בחור פרעגט אייך: "וואס איז פשט, עס שטייט דאך אין די תורה (שמות כ, יא): 'כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ, לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ', איז ווי קען זיין אז טאטי - וואס האט אזוי מכבד געווען זיין טאטע - איז געשטארבן אזוי יונג?" ער פרעגט: "ווי קען זיין עס שטייט אין די תורה איין זאך און מען זעט עס איז נישט אזוי?" איר ווילט וויסן וואס אים צו ענטפערן.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (חולין קמב.) עס איז געווען א תנא וואס איז געווארן אן אפיקורס, ווייל ער האט געזען ווי איינער בעט זיין זון: "קריך ארויף אויפן בוים, ברענג מיר פייגלעך צו עסן", דער קינד איז ארויפגעקראכן אויפן בוים און געטון סיי די מצוה פון כיבוד אב און סיי די מצוה פון שלוח הקן, ער האט אוועקגעשיקט די מאמע פייגל, און פלוצלונג איז ער אראפגעפאלן און געשטארבן; האט ער געפרעגט, ווי קען זיין איינער וואס טוט כיבוד אב, וואס די תורה זאגט לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ, דו וועסט לאנג לעבן, און אויך טוט ער די מצוה פון שלוח הקן וואס די תורה זאגט אויך ביי די מצוה דו וועסט לאנג לעבן, "הֵיכָן אֲרִיכוּת יָמָיו שֶׁל זֶה, וְהֵיכָן טוֹבָתוֹ שֶׁל זֶה", ווי איז די הבטחה פון די תורה? האט ער אפגעלאזט די אידישע וועג און געווארן אן אפיקורס.


די הייליגע חכמים זאגן אונז אז דאס גייט ארויף אויף די נשמה אין גן עדן; דער וואס טוט די מצוה פון כיבוד אב און אזוי אויך די מצוה פון שלוח הקן - דער וועט לעבן א לאנגע לעבן אין גן עדן, ער וועט באקומען זייער אסאך שכר אין עולם הבא; זאגט פאר אייער בחור וואס די הייליגע חכמים דרשנ'ען, און אז טאטי האט מכבד געווען מיט זיין גאנצע הארץ זיידי - האט ער יעצט גרויס שכר.


רעדט אסאך צו די קינדער פון אמונה, זיי זאלן וויסן אז דעם אייבערשטן קען מען נישט פארשטיין, עס איז דא אסאך קשיות אויפן אייבערשטן און דאס איז גאר זיין שיינקייט און גרויסקייט. דער תנא וואס האט געהאט די קשיא וואו איז די אריכת ימים אויף כיבוד אב ואם, האט אויך געהאט א קשיא אויף שכר ועונש; ער האט געזען איינע פון די הייליגע צדיקים פון די עשרה הרוגי מלכות, ווי א דבר אחר האלט אין מויל די צינג פון רבי חוצפית המתורגמן, האט ער געזאגט: ווי קען זיין 'פה שהפיק מרגליות' א מויל וואס האט געלערנט און געדאווענט, 'ילחוך עפר' זאל ליגן אין די מיסט?! דאס האט אים געמאכט ער זאל אפלאזן די תורה וועג.


פרעגלט אין די קינדער אמונה; יעדע מאל מען זיצט מיט קינדער ביי א סעודה, ביי א פארברענג - רעדט מען פון אמונה; אז דעם אייבערשטן קען מען נישט פארשטיין, מען חזר'ט די ווערטער פון רבי'ן וואס זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב) דאס וואס עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן - אזוי דארף צו זיין, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ", און דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, ווייל אויב מיר וואלטן אלעס פארשטאנען וואלט דאך געווען זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל - חס ושלום; קומט אויס אז דאס איז דער שיינקייט פונעם אייבערשטן, אז מיר פארשטייען אים נישט. אבער דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".


חזר'ט מיט די קינדער אמונה, זיי זאלן זיך דרייען צווישן אנשי שלומינו וואס רעדן נאר אמונה; ווי מער מען חזר'ט אמונה - איז דאס לעבן גוט און זיס, און אז מען האט נישט קיין אמונה, אפילו מען איז א למדן און מען קען גוט לערנען - קען מען פלוצלונג אלעס אפלאזן, מען זעט ביי אסאך שטיבער א קינד פאלט אוועק, מען וואונדערט זיך 'וואס קען דאס זיין? דאס קינד איז געווען א גוט קינד'; דער ענטפער איז, מען רעדט נישט גענוג פון אמונה, אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס - מיט א פינקטליכע חשבון און מיר ווייסן גארנישט.


זייט מחזק די קינדער די יתומים; זאגט זיי, מיט יעדע ווארט תורה און יעדע ווארט תפילה - מאכן זיי א נחת רוח פאר די נשמה פון זייער טאטע. מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי הונגעריג א נשמה איז, ווי זיי זענען זיך מחי' מיט יעדע גוטע זאך וואס די קינדער טוען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.