בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, כ' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע חשוב'ע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים עיר הקודש, ה' עליהם יחיו.
אן א שיעור גריסן איז צו מיר אנגעקומען פון אייער חבורה אין ירושלים פונעם פארגאנגענעם יום טוב שבועות; מענטשן דערציילן מיר אז מען האט געשפירט אזא ליכטיגקייט שבועות אין אייער חבריא, מען האט מרחוק פארשטאנען דאס וואס דער הייליגער של"ה ברענגט (ספר של"ה, מסכת שבועות), די מעשה נורא פון די חבורה ביים הייליגן בית יוסף זכותו יגן עלינו וואס זיי האבן אלץ זוכה געווען בשעת זיי האבן געזאגט דעם תיקון, שבועות ביינאכט.
איך בעט אייך זייער מיינע טייערע חברים, געבט אכטונג פון פאלשע לימודים; זעט צו לעבן מיט די וועג פון די תורה, בפרט ווען עס רעדט זיך ביי דברים שבינו לבינה - דארט דארף מען זיך זייער היטן פונעם פרומער יצר הרע וואס שטעלט א פנים ווי אן עובד השם און אזוי ווארפט ער אראפ דעם מענטש אין עבירות.
מוהרא"ש פלעגט שטענדיג דערציילן פון דעם צדיק, הרב הקדוש רבי אברהם בן רבי נחמן מטולטשין זכר צדיק לברכה (בעל מחבר ספר "באור הלקוטים"), אז ער פאר זיך איז געווען גענצליך מובדל ומופרש פון די וועלט, מיט דעם אלעם ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות בענינים שבינו לבינה וכו' פלעגט ער שטענדיג זאגן: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת"; דאס הייסט מען זאל זיך אכטונג געבן צו היטן הלכות טהרה, מען זאל חזר'ן הלכות טהרה צו וויסן נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער נישט צולייגן קיין שום חומרות ופרישות, נאר ווען מען מעג - מעג מען אלעס וכו'.
עס איז מיר שווער צו שרייבן אין דעם נושא, אויך איז שווער צו פארשטיין פונקטליך וואס יא און וואס נישט וכו', וכו' - אפילו ווער עס הערט די שיעורים. גלייך ווען די גרעניץ וועט זיך עפענען האף איך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו זיין מיט ענק אין ארץ ישראל, איך וועל אייך מדריך זיין ווי אזוי זיך צו פירן, אזוי ווי דער רבי האט געוואלט לויט ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.
וואויל איז דעם וואס פירט זיך בתמימות ובפשיטות, דער וועט זוכה זיין צו די גרעסטע מדריגה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר פון אידישקייט איז: פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.
איך בעט אייך זייער איר זאלט לערנען יעדן טאג כאטשיג דעם דף גמרא, דאס וועט אייך העלפן איר זאלט זיך קענען דערהאלטן מיט די שווערע נסיונות; ווי אזוי קענען מיר זיך קריגן מיט'ן יצר הרע? נאר אז מען לערנט די הייליגע תורה - בפרט לימוד גמרא, פארברענט דאס דעם יצר הרע, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד" גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְלִיפָּה הֲמַחְטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגָם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת "לִילִית", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית; זאלט איר זיך מאכן א שיעור אין גמרא, אפילו מ'פארשטייט נישט די גמרא, דאך זאלט איר זאגן די ווערטער פון די גמרא, דאס וועט העלפן מען זאל זיך קענען קריגן מיט די נסיונות וואס דער יצר הרע שטעלט אונז אונטער און וויל אונז אראפ ווארפן.
א פרייליכן שבת.