בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וואס טוט מען ווען די ווייב פארלירט זיך מיט נערוועזקייט?
חינוך הילדים, שלום בית, סבלנות, פסח, טערעפי, ביזנעס, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


איך ווייס דו גייסט אריבער מיט דיין ווייב, זי שרייט, זי פארלירט זיך זייער שנעל, זי ווערט זייער שנעל נערוועז און אלע קינדער ליידן און אויך דו, וויל איך דיר בעטן מיין ליבער ברודער זאלסט איר נישט וויי טון, זאלסט איר נישט טשעפען און נישט רופן מיט נעמען וואס די מטפלים (טעראפיסטן) געבן, נאר רחמנות האבן אויף איר און איר געבן אסאך גוטע ווערטער און אסאך ליבשאפט.


טענה'ען העלפט נישט, טענה'ען מיט א ווייב איז די גרעסטע נארישקייט, נישט נאר עס העלפט נישט, נאר עס מאכט קאליע, עס טוט איר צעברעכן און דערנידערן; די איינציגסטע וועג ווי אזוי מען קען פועל'ן – איז מיט גוטן, מיט גוטע ווערטער און מיט שיינע ווייכע דיבורים.


ווען זי שרייט אויף די קינדער, זי נוצט נישט גוטע ווערטער – זאלסטו נישט זיצן פון דער זייט און שמייכלען, נאר זאלסט איבערנעמען די קאמפ, זאלסט מיט חכמה זען אז די קינדער זאלן פאלגן ביז זי וועט שפירן זיכער, זי וועט שפירן אז זי איז נישט אליין, און שפעטער ווען אלעס בארואיגט זיך – זאלסטו שמועסן מיט איר ווי שווער עס איז פאר די קינדער ווען זיי הערן די שאנד ווערטער 'משוגע'נער', 'צעדרייטער', דאס נעמט זיי אוועק דאס זיכערקייט פון זייער לעבן, ביז זי וועט פארשטיין.


מיין ליבער ברודער, איך בעט דיר זייער, זאג נישט פאר דיין ווייב די ווערטער וואס מטפלים נוצן, למשל, 'דו האסט די און די פראבלעם'; דאס טוט נישט אויף, דאס מאכט נאר א גרויסע חורבן, עס צעברעכט איר גייסט, און דאס מאכט נאר ערגער.


דיין ווייב איז וואויל און טייער, זי דארף נאר דיין שטארקקייט, זי דארף שפירן אז דו ביסט מיט איר, דו האלסט פון איר און דו שעצט איר.


עס נעמט צייט, עס גייט נישט אין איין מינוט, נאר נאך א שטיק צייט, ווען דו וועסט איר אמת'דיג ליב האבן, דו וועסט איר ליב האבן פאר איין סיבה, נאר ווייל דער אייבערשטער האט געזאגט ליב צו האבן א ווייב – וועט זי אויטאמאטיש ווערן רואיג, זי וועט מער נישט שרייען אויף דיר און אויף די קינדער.


מיין ליבער ברודער, איך האב דיר נישט פארנארט ביז אהער; ברוך ה' איך האב דיך נישט אפגענארט, נישט דיך און נישט קיינעם, און איך וועל דיך ווייטער נישט אפנארן, פאלג מיך וואס איך בעט דיר. מהיום והלאה זאלסטו זיין מיט דיין ווייב אויף איין בלאט, ווען זי ווערט נערוועז – זאלסטו אויך ווערן נערוועז (זיך מאכן), נישט בלייבן מיט א שמייכל, ווייל דאס מאכט נאך מער אויפגערעגט; צו זען ווי זאכן טוען זיך, קינדער פאלגן נישט און דער מאן זיצט אין דער זייט טויב, שטום, מיט א צינישער שמייכל; אזוי וועט זי ווערן אויס נערוועז און די קינדער וועלן נישט ליידן.


אויך זאלסטו געבן אסאך גוטע ווערטער פאר די קינדער; זאלסט זיי זאגן אסאך מאל 'דו ביסט דער בעסטער קינד', זאג פאר יעדן קינד פריוואט 'דו ביסט אזוי גוט, אזוי וואויל, און מען דארף פאלגן מאמי, און אז מאמי איז איבערגעשטרענגט, און דאס וואס זי שרייט און זידלט – דאס איז פון די שווערע ארבעט, אבער דו ביסט גוט און מאמי האט דיך זייער ליב, און טאטי האט דיך אויך זייער ליב'.


אויך זאלסטו גיין צום גרויסן מח דאקטער, גיי אינדערפרי א שפאציר און זאג פארן באשעפער: "הייליגער באשעפער, אתה חונן לאדם דעת, דו געבסט פאר יעדן איינעם פארשטאנד, בעט איך דיר, חננו מאתך, שענק מיר מיט דיין גרויס גענאדע שכל און פארשטאנד צו וויסן ווי אזוי אויפצובויען מיין ווייב, זי זאל נישט ווערן פארלוירן פון יעדע קלייניקייט", גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן, בעט אים עס זאל זיין ביי דיר אין שטוב ליבשאפט, דו זאלסט זיין איינס מיט איר און חס ושלום מזלזל זיין אין די מתנה פון באשעפער.


ליבער ברודער, איך האב דיך זייער ליב, איך וויל נאר דיין גוטס. זיי קלוג, געב נישט אוועק דיינע טעג און יארן פאר די ביזנעס, קום אהיים פרי צו דיין משפחה, לייג זיי שלאפן, ליין קריאת שמע מיט דיינע קינדער. מען מאכט נישט מער געלט פון בלייבן ארבעטן יומם ולילה, מען בלייבט שפעטער אן גארנישט, ווייל די פאר יאר וואס מען קען לויפן און קומען, ארבעטן און טון – גייט אריבער, מען ווערט עלטער, און דעמאלט זעט מען ווי די וועלט נארט יעדן איינעם.


קום אהיים פרי, פארמאך דיין טעלעפאן, זיי מיט דיינע קינדער. נאכדעם זאלסטו זיך קובע זיין צייט צו לערנען און דאווענען, אזוי וועסטו איבערלאזן ליכטיגע דורות.


עס קומט דער יום טוב פסח, זמן חירותינו, א צייט פון ווערן פריי, דאס קען זיין נאר אז מען נעמט אריין אמונה, מען געבט זיך אונטער פארן אייבערשטן, מען ווייסט און מען גלייבט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, בכלליות ובפרטיות, יעדע זאך איז ער, נישטא קיין ריר וואס פאסירט בטעות, אלעס איז ער און ער איז אלעס, דעמאלט ווערט מען באפרייט, מען לעבט א חיים טובים, מען האט נישט קיין טענות אויף קיינעם, נישט די ווייב איז שולדיג, נישט די עלטערן, נישט דער און נישט יענער.


ביי די אומות העולם און ביי די מטפלים (טעראפיסטן) וואס נעמען זייער חכמה פון די אומות העולם, די ערשטע זאך ווען איינער ליידט זוכט מען וועם צו באשולדיגן, געווענליך ווען איינער קומט זיך אויסרעדן – וועט מען גלייך לייגן די שולד אויף די עלטערן, להבדיל אלף אלפי הבדלות ווען מען גייט מיט די אמונה, מיט די וועג פון תורה, ווען איינער קומט זיך אויסרעדן – דארף מען אים נאר צובינדן צום אייבערשטן, און אלעס ווערט גוט.


בינד זיך צו צום אייבערשטן און טו אלעס וואס שטייט אין דעם בריוו – וועסטו זען דו וועסט האבן א שיינע שלום בית, א רואיגע ווייב, מיט געזונטע קינדער.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.