בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט די קינדער
קינדער, תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, שלום בית, מוסדות, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איר פרעגט מיר וואס צו טון, אויב איר זאלט ארויסנעמען אייער קינד פון בית פיגא, ווייל מאמעס פון אנדערע קינדער דערציילן אייך אז אייער טאכטער איז נישט וואויל אין סקול, און איר ווייסט פון גארנישט, קיינער רופט אייך נישט פון סקול, ווילט איר וויסן וואס צו טון.


איך וואלט אייך געראטן א בעסערע עצה, אפשר זאלט איר מער נישט רעדן און אויסהערן די פרויען וואס קומען אייך מצער זיין, אזוי ווי רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט פאר איינעם וואס פלעגט אים כסדר ברענגען לשון הרע, דערציילן וואס דער ... רב רעדט קעגן אים, האט אים רבי נתן געזאגט: "דער ... רב איז נישט מיין מתנגד, דו ביסט מיין מתנגד, דו מאכסט מיר משוגע, דו דערציילסט מיר זאכן וואס איך דארף נישט הערן".


אזוי אויך איז ביי אייער פאל, איר שיקט אייערע קינדער אין אונזערע מוסדות, מיר האבן זייער איבערגעגעבענע לערערינס, און ווער רעדט נאך פון די מנהלת; וואו איז דא אזא מנהלת וואס יעדע קינד איז ביי איר ווי אן אייגן קינד.


מען געבט זיך אפ מיט אייער קינד ווי די טייערסטע זאך, און אז זאכן פאסירן און די מנהלת פארשטייט אז עס איז בעסער נישט איבערצוזאגן פאר די עלטערן, עס וועט נאר קאליע מאכן, איז וואס דארפט איר אויסהערן פרויען וואס האבן איבריגע מאס רייד, וואס ווייסן נישט ווען צו רעדן און ווען צו שווייגן?!


איר זענט די מאמע, איר האט די רעכט צו מאכן מיט אייערע קינדער ווי אזוי איר פארשטייט; אז איר ווילט ארויסנעמען קען איך אייך נישט אפשטעלן, אבער איך קען אייך זאגן זייער קלאר, מיר טוען פאר אייערע קינדער, פאר אלע, פון ארויף ביז אראפ, אינגלעך מיידלעך – דאס בעסטע, מען לייגט אריין אין זיי זייער אסאך כח.


צעברעכט זיך נישט, צעקלאפט זיך נישט; איר זענט א גוטע מאמע און אייערע קינדער זענען זייער טייער, אייער משפחה איז ביי מיר זייער חשוב, און אז אייערע קינדער פאלגן אייך נישט – איז גארנישט, מיינע קינדער ווילן אויך טון וואס זיי ווילן, און איך דארף זיי מחנך זיין, זיי פאלגן נישט מיין ווייב, מיט דעם ווייס איך אז זיי זענען נישט שלעכטע קינדער.


דאס וואס איר שרייבט מיר "מען דארף אוועקנעמען די קינדער פון מיר"; אלע מאמעס טראכטן אמאל אזוי 'אפשר דארף מען אוועקנעמען די קינדער?'


איך בעט אייך זייער, צעברעכט זיך נישט; איר זענט א גוטע מאמע און אייערע קינדער זענען טייערע קינדער, געבט זיי גוטע ווערטער, בויט זיי אויף.


איך האב אייך שוין געשריבן צוויי יאר צוריק א תפלה צו זאגן יעדן טאג, איך שיק אייך איבער נאכאמאל די אלטע בריוו, זעט צו זאגן יעדן טאג די תפלה:


"רבונו של עולם, העלף מיר אז היינט זאל איך נישט שרייען אויף מיינע קינדער. העלף מיר אז מיינע קינדער זאלן מיך פאלגן גלייך ווען איך בעט זיי, מיינע קינדער זאלן הערן ווען איך רעד צו זיי און זיי זאלן זיך נישט שפארן מיט מיר.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל רעדן שיין צו מיין מאן און צו מיינע קינדער, איך זאל זיי נישט פארשעמען און איך זאל חס ושלום נישט שרייען אויף זיי מיאוס'ע ווערטער.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיך נישט אויפרעגן ווען מיינע קינדער פאלגן נישט גלייך ווען איך זאג זיי עפעס צו טון, איך זאל געדענקען אז: 'קינדער זענען קינדער'; איך זאל זיי ליב האבן און איך זאל נישט ווערן פארלוירן און גערעגט אויב זיי פאלגן נישט.


איך געב זיך אינגאנצן איבער צו דיר הייליגער באשעפער, איך געב דיר איבער אלע מיינע מחשבות, אלע מיינע דיבורים און אלע מיינע מעשים פונעם היינטיגן טאג און פון אלע מיינע טעג. הייליגער באשעפער, העלף מיר אז איך זאל זיין גוט-מוטיג, ווייל ווען איך בין פרייליך איז מיין מאן פרייליך, און אז איך און מיין מאן זענען פרייליך וועלן די קינדער זיין רואיג און צופרידן.


הייליגער באשעפער, העלף מיר און העלף מיין מאן אז מיר זאלן קענען אויפציען א שיינע ערליכע שטוב, און מגדל זיין אונזערע קינדער צו תורה און צו עבודת השם יתברך.


רבונו של עולם, איך דארף גארנישט און איך וויל גארנישט - נאר ערליכע קינדער, איך וויל זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט, קינדער וואס וועלן נאר טון דיין ווילן.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען חתונה מאכן מיינע קינדער יונגערהייט און גרינגערהייט; מיינע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס און זיי זאלן האבן נאר ערליכע חברים".