בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
קודם כל זאלסטו זיך זייער שטארקן מיט דיין הייליגע ארבעט; זיין א גבאי איז זייער א חשוב'ער אמט און אויך אן אחריות'דיגע. פון איין זייט דארף מען זיין זייער צוגעלאזן צו יעדן איינעם, מען דארף שיין רעדן צו יעדן איינעם און פון די אנדערע זייט דארף זיין סדר, מען דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ווערן א מושב לצים אדער א בית משוגעים; א גבאי דארף קענען גיין צווישן די טראפן, זיין בייגעדיג ווען מען דארף און אין די זעלבע צייט זיין אייזן שטארק כדי עס זאל זיין סדר.
דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט זיין צוגעלאזן צו יעדן איינעם; רעד שיין צו יעדן איינעם. בעט דעם אייבערשטן זאלסט מצליח זיין, די שול זאל זיין א ליכטיגער ווינקל פאר גאנץ ירושלים און פאר די גאנצע וועלט און אין די זעלבע צייט זאלסטו זען עס זאל נישט זיין קיין הפקרות, דער שול זאל זיין אפן דורכאויס די שעות וואס מען לערנט און מען דאווענט און אין די אנדערע צייטן זאל עס זיין פארשלאסן.
בנוגע ווי אזוי מען זאל מסדר זיין די קינדער ביים דאווענען; עס פעלט נישט אויס די קינדער זאלן זיצן אינאיינעם ביים דאווענען. לאז די עלטערן טון די ארבעט, די עלטערן וואס ביי זיי איז חשוב חינוך הבנים וועלן האלטן די קינדער נעבן זיך ביים דאווענען לויט די עלטער; קליינע קינדער האלט מען ביז נאך שחרית, נאכן קושן די ספר תורה, און אביסל עלטערע רופט מען אריין צו כתר, און נאך עלטערע דארפן שוין דאווענען אויך מוסף.
ביי אונז אין ישיבה האבן מיר א אינגערמאן וואס גייט ארום ביים דאווענען, ער געבט פאר די קינדער וואס זיצן נעבן די עלטערן טיקעטס און יעדע מוצאי שבת מברכים מאכט מען גורלות אויף פרסים, דאס מאכט אז די קינדער זאלן וועלן זיצן אין שול און דאווענען.
ביי שלש סעודות איז יא כדאי צו מאכן א טיש פאר די קינדער און זינגען צוזאמען מיט זיי די זמירות; מען דארף נעמען א טויגליכער אינגערמאן, איינער וואס פארשטייט צו קינדער, איינער וואס קען מאכן די קינדער זינגען און מיט האלטן. נישט געצווינגענערהייט, נאר מיט א טעם און א געשמאק אז זיי זאלן ווארטן אויף דעם, זיי זאלן וועלן קומען אין שול.
אויך קען מען מאכן מיט זיי א חברת תהילים.
אז מען ארבעט מיט די קינדער יונגערהייט איז די ארבעט גרינגער אין די שפעטערע יארן.
נאך איין זאך איז וויכטיג עס זאל זיין, איינער פון די גבאים זאלן האלטן אן אויג ביים דאווענען וואס טוט זיך אין חצר און וואס טוט זיך אין ווייבער שול (ווען די ווייבער זענען נישט דארט) מיט די קינדער וואס די עלטערן לאזן זיי שפילן אינדרויסן, אז זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.