בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי', קרית ברסלב
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך שפיר זייער שלעכט; איך בעט אייך איבער, זייט מיר מוחל; עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז איר זענט געווארן וויי געטון פון אונזער מוסד. איך האב פריער גערעדט מיט איר, זי שפירט זיך אזוי שלעכט, אין איר חלום האט זי נישט געמיינט אייך וויי צו טון. זי איז אן אויסנאם פרוי, זי האט זיך אוועקגעגעבן פאר אונזערע קינדער; דער טיטל זאגט מען אויף אסאך, אבער ביי איר איז דאס טאקע אזוי, זי גייט אייך רופן און רעדן מיט אייך.
זייט מיר מוחל וואס איך גיי אייך זאגן, זייער אסאך מאל איז דא וואס מענטשן ווערן וויי געטון אבער עס איז דער מענטש אליינס, אסאך מאל קען דער מענטש אויסטראכטן אז מען האט עפעס קעגן אים, מען האט ראיות, מען בויט א בנין, מען זעט עס קלאר מיט די אויגן, ביז ווען יענער זאגט א ווארט שפירט מען א שטעך, א פליק וכדומה, מען שפירט זייער וויי געטון, ווען באמת איז אלעס דער מענטש אליינס, דער דמיון. איך זאג אייך דעם אמת, ווי נאר איך האב געליינט דעם בריוו האב איך איר גלייך געזאגט, איך האב איר געפרעגט אויב זי געדענקט די ווערטער וואס זי האט געזאגט, די ווערטער וואס איר האט מיר געשריבן אינעם בריוו; זי האט דאס נישט געדענקט, איין זאך האט זי געזאגט: "אוי וויי, זי איז וויי געטון געווארן? איך גיי איר איבערבעטן, איך גיי רעדן מיט איר".
איר שרייבט אינעם בריוו אז דאס איז נאר איין פרט וואס טוט זיך דא אין שטעטל, ווי מען טוט זיך וויי, אויב איר האט נאך מעשיות בעט איך אייך זייער איר זאלט מיר שרייבן די מעשיות; איך וויל נישט מענטשן זאלן זיין פארווייטאגט, אויב איז דא זאכן וואס איך אדער איינגעשטעלטע אינעם מוסד אדער אנשי שלומינו דארפן פאררעכטן - וויל איך דאס וויסן און פאררעכטן, און אויב איז דאס נישט וואר - איז דאך א שאד סתם זיך אויפצועסן.
איין זאך וויל איך אייך מיטטיילן פון מיין פריוואטע לעבן, איך האב אויך געהאט מעשיות אין סקול מיט מיינע טעכטער; מיין טאכטער פלעגט אהיים קומען מיט יארן צוריק פון סקול אז מען האט איר גע'קנס'עט, זי האט געוויינט אז מען האט איר אנגעשריגן, מען האט איר געהייסן איבערבעטן, מען האט איר בא'עולה'עט וכו' וכו', מעשיות וואס פאסירט ביי לעבעדיגע קינדער וכו', און ווי ביי יעדע אזא פאל איז די נאטור פון א מאמע אז זי נעמט זיך גלייך אן פאר'ן קינד, די מח מחשבה ווערט פארמאכט, די הארץ און די געפילן נעמען איבער דעם מענטש, די טאכטער איז שטענדיג גערעכט. איך פלעג זיך בעטן שטילערהייט ביי מיין ווייב: "טו מיר א טובה, רעד נישט; טו מיר א טובה, בארעד נישט די טיטשער; עס איז נישט געזונט אונזערע קינדער זאלן הערן ווי מען שענדט זיי"; עס איז געווען אסאך מאל זייער שווער, דאך האבן מיר געטון וואס דער מח זאגט, די זאך איז ביי מיר פון די שטערקסטע עבודות, צו קענען האלטן דעם מח העכער די הארץ.
אזוי אויך ביי מיינע זין; נישט איינמאל און נישט צוויי מאל האב איך זיי געדארפט געבן א פאטש אין חדר ווען דער מלמד האט מיר דערציילט אז דער קינד איז חוצפה'דיג, איך האב געזאגט מיין קינד זייער שטרענג: "מען מוז זיין דרך ארץ'דיג!" און בשעת מעשה האב איך געדארפט בייסן מיין ליפן נישט צו זאגן דעם מלמד וואס איך האב אים צו זאגן, איך וואלט אים געקענט פרעגן: "וואס חוצפה? ווי חוצפה? ווען חוצפה? וואס מאכסטו זיך נאריש?" א מלמד קען פון יעדע זאך מאכן אן עסק, יעדער קינד קען זיין א מחוצף, און א קלוגער מלמד קען פארווישן די גרעסטע מעשה עס זאל נישט זיין קיין חוצפה; דאך האב איך גענומען די פארשטאנד פון מוהרא"ש אז קינדער טארן נישט הערן ווי די עלטערן רעדן און לאכן זיך אונטער אויף די טיטשערס. אינעווייניג האט מיין הארץ געוויינט, אבער פון אינדרויסן האב איך געדארפט געדענקען דער תכלית פון דאס קינד.
בעט איך דאס פון אייך און איך רעד צו אלע אנשי שלומינו, אויב ווילט איר מצליח זיין מיט אייערע קינדער - זאלט איר אויסלויבן די טיטשערס און די מנהלת פאר די קינדער, די קינדער זאלן וועלן מקבל זיין פון זייערע לערערינס; די קינדער זאלן זיך פירן מיט דרך ארץ, און אז מען האט עפעס וואס שטערט, קען מען דאס דורך רעדן, און אויב מען שפירט אז עס איז נישטא צו וועם צו רעדן, מען מאכט זיך נישט וויסנדיג, דארף מען נישט ווארטן ביז עס זאל אזוי אויפעסן דאס געזונט, מען קען מיר גלייך שרייבן, און אויב איך בין דער פראבלעם, מען האט פון מיר חלישות הדעת, מען ווערט באליידיגט פון מיר - בין איך גרייט צו הערן און פאררעכטן.
איך בין נישט געקומען דא עפענען א שטעטל צו מאכן פאר מענטשן חלישות הדעת; איך בין א מענטש, איך קען מאכן טעותים און איך מאך טעותים, אבער איך בין גרייט צו הערן און פאררעכטן, אויסער אז עס איז זאכן אין פרינציפ, אין די וועג ווי אזוי מיר פירן זיך; צום ביישפיל, אז איינער וועט מיר קומען זאגן, עס שטערט אים אז מען רעדט אזוי סאך פון אייבערשטן, עס שטערט אים די זאך פון זאגן משניות, פון זיין פרייליך, פון פארן קיין אומאן - קען איך אים גארנישט טון, ווייל דאס איז די יסודות פון אונזער קהלה, אבער אז עס שטערט עפעס א זייטיגע זאך - בין איך גרייט צו הערן און פאררעכטן.
עס איז געקומען צו מיר א משפחה און זיך געבעטן, עס שטערט זיי זייער אז ביי די חתונות וואס מיר מאכן אין שול, פארוואס דער ראש ישיבה עקשנ'ט זיך אזוי שטארק אז עס זאל זיין פלעסטיק טישטוכער ביי די ווייבער, פארוואס קען נישט זיין סחורה'נע טישטוכער? וואס מיינט איר, איך האב זיי ארויסגעווארפן? איך האב גלייך געזאגט פאר די גבאים אז פון היינט און ווייטער לייגט מען ביי די ווייבער שיינע ווייסע סחורה'נע טישטוכער; דאס איז א קליינע פרט וואס ליגט מיר יעצט אויפ'ן זכרון. אזוי טו איך כסדר, איך בין גרייט צו הערן אויב איז דא זאכן וואס שטערט.
איך פריי זיך זייער אז איר האט געשריבן און איך ווארט איר זאלט ווייטער שרייבן.
א גוט געבענטשט יאר.