בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, די בכל אתר ואתר, ה' עליהם יחיו
די וואך פרשת יתרו, ווען מיר ליינען די פרשה פון קבלת התורה, - איז א צייט וואס מיר באקומען פרישע כוחות צו מקבל זיין די תורה פונדאסניי, אזוי ווי צדיקים זאגן (של"ה הקדוש בתחילת מסכת פסחים; ועוד): "קְרִיאָה מְעוֹרֵר אֶת הַזְּמַן", ווען מען ליינט אין די תורה די פרשת השבוע - וועקט זיך אויף די אלע זאכן וואס האט דעמאלט פאסירט, און מען קען זוכה זיין צוצוקומען צו דעם.
איך וויל ענק בעטן איר זאלט זיך שטארקן פונדאסניי מיט לימוד התורה. דער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען תורה, מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה - אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט. קוקט אריין די ווערטער פון רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט - זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל - איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.
איך בעט אייך מיינע טייערע ליבע ברידער, מיר דארפן זיך באנייען מיט לימוד משניות, א תלמיד היכל הקודש איז נאר דער וואס זאגט פרקים משניות; משניות וואשט אפ אלע עבירות און עס שלעפט ארויס פון שאול תחתית.
מוהרא"ש זאגט, די שיחה פון כך וכך פון הייליגן רבי'ן מיינט לימוד משניות. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.
ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס!" אפילו א מענטש וואס פאלט נעבעך אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב דער מענטש וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער ווערן אן ערליכער איד.
מען דארף נישט פאסטן און מאכן סיגופים. מוהרא"ש ברענגט טויזנטער מאל די ווערטער וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ראש השנה ד, ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה, מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך צו לערנען די הייליגע תורה רעכנט אים דער אייבערשטער אזוי ווי ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט.
טייערע ליבע ברידער, קוקט נישט אויף אנדערע; ווערט נישט צעבראכן פון אנדערע און ווערט נישט מבולבל פון אנדערע. מוהרא"ש זאגט, די עשרת הדברות שטייט בלשון יחיד (שמות כ, ב): "אָנֹכִי ה' אֱלֹקֶיךָ", איך בין דיין באשעפער, עס שטייט נישט "אֱלֹקֵיכֶם", ענקער באשעפער; "לֹא יִהְיֶה לְךָ", עס זאל נישט זיין צו דיר, אלעס שטייט בלשון יחיד - צו דיר; דאס ווייזט אונז אז מען קען נאר מקבל זיין די תורה אויב מען נעמט די תורה פאר זיך, מען קוקט נישט אויף אנדערע.
בפרט ווען עס קומט צו נאנטע חברים, תלמידי היכל הקודש; אז מען האט נישט די הקדמה - קען מען באקומען חלישות הדעת. 'דער באקומט א שמייכל, יענער באקומט א שיינע בריוו, דער דריטער איז אזוי נאנט און איך באקום גארנישט; נישט קיין בריוו, נישט קיין שמייכל, נישט גארנישט'; דארף מען זיך שטארקן און נישט ווערן צעפאלן.
איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך דארף אריינגיין צו די בחורים; זיי זענען אזוי צעבראכן, קיינער אין די וועלט פארשטייט נישט קיין בחור; איך דארף גיין פארלערנען, בלייבזשעט מיר געזונט.
א פרייליכן ליכטיגן שבת.