בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן
משפחת ... שתחיו
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
מיט חכמה קענט איר אלעס צוריק דרייען, נעמט די טריק פון אהרן הכהן. די הייליגע חכמים דערציילן (אבות דרבי נתן יב, ג) ווי אזוי אהרן הכהן פלעגט שלום מאכן צווישן צוויי פיינט, ער האט געזאגט פאר איינעם: "דיין חבר וויל זייער שטארק רעדן מיט דיר אבער ער שעמט זיך פון וואס עס איז געווען, ער האט חרטה, ער זאגט א גאנצן צייט, הלוואי ווען ער קען ווען צוריק דרייען", נאכדעם איז אהרן הכהן געגאנגען צום צווייטן מיט די זעלבע מעשה, אים אנגערייצט אז יענער וויל שלום מאכן, יענער האט חרטה, ער שעמט זיך פון דיר, נאכדעם ווען די ביידע האבן זיך געטראפן זענען זיי ארויפגעפאלן איינער אויפ'ן צווייטן, זיך געהאלזט און געקושט, און געווארן נאנטע חברים.
אזוי זאלט איר טון, ווען איר רעדט מיט אייער מאמע זאלט איר זי זאגן ווי שטארק אייער שוויגער שעמט זיך אז זי איז נישט געקומען וכו', און ווען אייער מאן רעדט צו זיין מאמע זאל ער אריינווארפן גוטע ווערטער פון אייער מאמע.
באלד קומט פורים, מאכט א שפיצל, מאכט צוויי שיינע משלוח מנות'ער; ווען איר גייט צו אייער מאמע זאלט איר זאגן: "איך קום פון מיין שוויגער, זי שיקט דיר די שיינע משלוח מנות", און ווען איר גייט צו אייער שוויגער זאגט איר: "דאס איז פון מיין מאמע"; אזוי וועט איר זיין בבחינת אהרן הכהן, אוהב שלום ורודף שלום.
אזוי אויך ווען איינער רעדט שלעכט אדער מאכט חוזק - זאל מען דאס חס ושלום נישט איבערזאגן. ווען איר רעדט מיט אייער מאמע און זי זאגט עפעס א שלעכט ווארט - זאלט איר עס נישט טראגן ווייטער, אפילו אייער מאן דארף דאס נישט הערן. פאר אייער מאן זאגט: "מיין מאמע רעדט זייער שיין פון דיינע עלטערן און אוודאי פון דיר", און ווען אייער שוויגער זאגט עפעס א קרום ווארט - שלינגט עס אראפ.
דאס האב איך געלערנט פון מיין טייערע מאמע, זי פלעגט אונז אלץ זאגן: "האסט א גוט ווארט אויף א צווייטן - זאג עס איבער פאר יענעם, האסט א שלעכט ווארט - שלינג עס אראפ"; מיין מאמע תחי' זאגט אז זי האט דאס געלערנט פון איר מאמע, מיין באבע רחל לאה עליה השלום. מיין מאמע תחי' זאגט, איך לייג צו נאך שטערקער: "האסט א שלעכט ווארט - שלינג עס אראפ, אפילו דו דערשטיקסט זיך"; ענדערש טשאו"ק זיך, ווי איידער טראגן א נישט גוטע ווארט.
איין גוט ווארט קען מאכן א שלום, און איין שלעכט ווארט מאכט מחלוקות, און אלע צרות קומט פון מחלוקות, אלע קראנקהייטן קומט פון מחלוקות. אזוי זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יד): "כִּי כָּל הַחוֹלַאַת בָּאִין עַל יְדֵי בְּחִינַת מַחֲלֹקֶת", אלע קראנקהייטן קומען פון קריגערייען.
אין דעם זכות פון מאכן וואס אהרן הכהן האט געמאכט - וועט איר זוכה זיין צו זען א גרויסע ישועה, איר וועט זען באשיינפערליך ווי דער אייבערשטער וועט מאכן גרויסע נסים.