בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - לכבוד שובבי"ם זאלט איר זיך באנייען אין זאגן תהילים יעדן טאג
שלום בית, התחזקות, תהלים, תשובה, בית המדרש, הדרכות, מעביר סדרה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"ז טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו היקרים, טייערע חברים פון ירושלים שיחיו


איך בענק זיך זייער שוין צו קענען קומען קיין ארץ ישראל; איך וויל זייער שטארק זען מיט די אויגן די שיינע גרוסן וואס איך הער טאג טעגליך פון די פרישע מקורבים, פון דאס ליבשאפט צווישן אייך, דאס געטריישאפט צווישן אייך.


מען האט מסדר געווען איך זאל קענען זען אין אמעריקע ווי אזוי עס פירט זיך ביי אייך אין בית המדרש; איך האב זייער הנאה צו זען בחורים און אינגעלייט לערנען און דאווענען מיט דרך ארץ, ווי עס פאסט פאר תלמידי היכל הקודש.


איך האב געהערט פון מוהרא"ש מורא'דיגע חיזוק; די וואך ענדיגט מען ספר בראשית, מען שרייט אויס אלע אינאיינעם: "חזק חזק ונתחזק!" לאמיר נעמען דעם חומש און זען ווי אזוי די פרשה ענדיגט זיך (בראשית נ, כו): "וַיָּמָת יוֹסֵף בֶּן מֵאָה וָעֶשֶׂר שָׁנִים, וַיַּחַנְטוּ אֹתוֹ, וַיִּישֶׂם בָּאָרוֹן בְּמִצְרָיִם", און ביי די ווערטער שרייט מען "חזק חזק!" זאגט מוהרא"ש, אז א מענטש שפירט ביי זיך ער איז טויט, ער איז באגראבן אין טומאה, ער ליגט אין מצרים, אין ערות הארץ, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ז) די מצריים זענען די ערגסטע אין שמוץ; אזוי שטארק איז ער אראפגעפאלן, שרייט מען אים: "חזק חזק!" שטארק זיך, דו קענסט נאך ארויסגיין פון מצרים, דו קענסט נאך זוכה זיין צוצוקומען צו די גרעסטע קדושה.


טייערע חברים, מיר גייען יעצט אריין אין די ימי השובבי"ם; דער אר"י הקדוש שרייבט (שער רוח הקודש, תיקון כז) אז אין די טעג פון שובבי"ם קען מען פאררעכטן אלעס וואס מען האט פוגם געווען; דערפאר דארפן מיר אין די טעג תשובה טון אויף וואס מיר האבן פוגם געווען אין אונזער לעבן.


לכבוד שובבי"ם זאלט איר זיך באנייען אין זאגן תהילים יעדן טאג; רבי נתן פלעגט זאגן א גאנץ יאר יעדן טאג דעם יום תהילים און אין די טעג פון שובבי"ם האט ער געזאגט יעדן טאג צוויי מאל דעם יום תהילים, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון זאל זאגן תהלים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


שטארקט אייך, דראפעט אייך; יעדער איינער האט זיינע נסיונות, מען פרובירט אויס יעדן איינעם, מען וויל זען ווי אזוי וועט ער זיך דערהאלטן; וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות און קיין תרעומות, ער ווייסט אז אלעס איז פאר אים צום גוטן. דער זוהר הקדוש זאגט (הקדמה, ד.): יעדן טאג גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס רופט אויס: "מָאן מִנְכוֹן דִּי חֲשׁוֹכָא מְהַפְּכָן לִנְהוֹרָא, וְטָעֲמִין מְרִירָא לְמִתְקָא עַד לָא יֵיתוֹן הָכָא", ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון טונקל - ליכטיג און פון ביטער - זיס? "מָאן מִנְּכוֹן דִּמְחַכָּאן בְּכָל יוֹמָא לִנְהוֹרָא דְנָהִיר", ווער ווארט יעדן טאג עס זאל ליכטיג ווערן? דער מענטש וועט האבן א חלק לעולם הבא; ווייל ווען א מענטש איז זוכה, ער מאכט פון זיין ביטער לעבן א זיס לעבן, פון זיין טונקלקייט מאכט ער ליכטיג; ער ווייסט אז אין די טונקלקייט איז באהאלטן דער אייבערשטער, אין די ביטערניש איז באהאלטן דער זיסער באשעפער - דער איז א צדיק.


אז עס איז ביטער דארפן מיר לויפן צו די תורה; עס איז נישט דא קיין בעסערע פלאץ וואו צו אנטלויפן ווען מען האט א צרה - ווי צו די הייליגע תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה, וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, אנטלויף צו די הייליגע תורה.


נאך איין זאך בעט איך אייך, איר זאלט אכטונג געבן אויף די כבוד פון די ווייב; מען מוז שיין רעדן אין שטוב, מען מוז רעדן מיט ווייכקייט, מיט איידלקייט; מען קען נישט שאפן אדער שטעכן חס ושלום. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", א מענטש זאל אכטונג געבן נישט צו טשעפען די ווייב, "שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", ווייל א פרוי וויינט זייער שנעל; מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן צו אונז פון שלום בית, אז מען זאל זיין א וותרן אין שטוב, זיין א סבלן און דאס איז פון די יסודות אין "היכל הקודש".


איך וויל זייער שטארק קומען צו אייך און אייך מדריך זיין ווי אזוי צו לעבן אין שטוב; ליידער פארפירט מען חתנים וכלות מיט פאלשע לימודים, פאלשע הדרכות פון חומרות ופרישות וואס איז קעגן די הייליגע תורה.


א פרייליכן שבת.