בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי
אשריך ואשרי חלקיך אז דו ביסט עוסק אין אזא הייליגע ארבעט, דו ביסט מסדר אזוי שיין די בריוו פון ספר איש אמונות, דו ביסט דאס מגיה זייער גוט, מען טרעפט נישט קיין טעותים.
דא האסטו א מעשה פאר 'עצתו אמונה פאר קינדער':
קינדער, ווער ווייסט ווי אזוי מען ווערט א צדיק?
די קינדער שרייען אלע: "אז מ'רעדט צום אייבערשטן!"
זייער גוט, אז מען רעדט צום אייבערשטן ווערט מען א גרויסער צדיק, אזוי האט דער הייליגער רבי געזאגט, ער האט זוכה געווען צו ווערן א גרויסער צדיק ווייל ער האט אסאך גערעדט צום אייבערשטן. פון ווען ער איז געווען א קליין קינד, האט ער זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן, ביז ער איז געווארן א גרויסער צדיק.
דער רבי האט דערציילט, ווען ער איז געווען א קליין קינד האט ער זייער שטארק געוואלט שפירן א טעם אין שבת קודש, פרייטאג נאכמיטאג איז ער געגאנגען זיך טובל'ען אין מקוה לכבוד שבת קודש און ער איז געגאנגען אין שול, ער האט געוואלט עפעס טון כדי זוכה זיין צו שפירן א טעם אין שבת. איינמאל האט דער רבי געזען א איד זאגן שיר השירים ביי זיין שטענדער, דער רבי האט געטראכט 'איך וויל אויך שפירן א טעם אזוי ווי דער איד וואס זאגט שיר השירים אזוי בא'טעמ'ט', האט ער זיך אריינגעזעצט אינעם שטענדער, דער איד האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, ער האט נישט געטראכט אז דאס איז מאדנע, וואס זיצט א קינד אינעם שטענדער? ער האט געטראכט אז דאס איז די וועג פון קליינע קינדער, זיי שפילן זיך, זיי טוען אינטערעסאנטע זאכן.
אבער דער רבי האט דאס נישט געטון אלץ נארישע קינדערישע זאכן, דער רבי איז געזיצן אינעם שטענדער און געוויינט, ער האט געוויינט: "הייליגער באשעפער, איך וויל אויך שפירן א טעם אינעם שבת, הייליגער באשעפער, איך וויל זיין א צדיק", דער רבי איז דארט געזיצן א לאנגע צייט.
דער איד האט פארגעסן אז דער רבי זיצט דארט, ביז ווען עס איז שוין געווארן שפעט ביינאכט, דעמאלט איז דער רבי ארויסגעקומען, און דער רבי האט געשפירט ווי ער זעט א גרויסע ליכטיגקייט פון זיצן אזוי לאנג אין די טונקל.
אלע קינדער וואס וועלן טון וואס דער רבי האט געטון, איר וועט גיין אין א שטילע פלאץ בעטן דעם אייבערשטן, וועלן אלע ווערן גרויסע צדיקים.
שטארק זיך מיט דיין ארבעט, זיי נישט קיין מסתפק במיעוט, ווער נישט זאט; טראכט אלץ 'וואס נאך קען מען טון מיט די ליכטיגע עצות פון רבי'ן, עס זאל אריינגיין אין די וועלט?' נעם צוזאמען אלע מעשיות פאר קינדער און געב ארויס א באזונדערע ספר מעשיות פאר קינדער, דאס וועט זיין א גרויסע זאך; די מפיצים וועלן דאס טיילן ביי די הייזער, מענטשן וועלן דאס כאפן.