בעזרת ה' יתברך
ד' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן
די חשוב'ע בית פיגא תלמידה ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט תהלים, איר האט שוין מסיים געווען אזויפיל מאל תהלים; בזכות די תהלים וועט אייך דער אייבערשטער געבן הצלחה אין לעבן.
איך וויל אייך זייער בעטן איר זאלט נישט קוקן אויף א צווייטן, קלאפט זיך נישט אראפ פון א צווייטן, זייט נישט מקנא די קינדער וואס האבן שוין געענדיגט תהלים מער מאל ווי אייך.
איינער זאגט מער תהלים, א צווייטער זאגט טאקע ווייניגער תהלים אבער האט אנדערע גוטע זאכן וואס מען איז מער פון אנדערע; מען טאר נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט ווי אנדערע טוען מער און זאגן מער תהלים וכו'.
דער הייליגער רבי האט אונז דערציילט, דער הייליגער תם פלעגט זאגן פאר זיין ווייב (ספורי מעשיות מעשה ט', פונעם חכם ותם): "וואס האט דאס צוטון מיט מיר? דאס איז מיין מעשה און דאס איז יענעמ'ס מעשה"; ער פלעגט קוקן אויף זיך, אויף זיין עבודת השם און זיך מיט דעם מחי' זיין, ער פלעגט נעמען זיינע שיך וואס האט געהאט א פנים מיט דריי עקן, ער פלעגט זינגען: "אזא שיינע וואוילע זיסע צוקערדיגע האניגדיגע שיך האב איך געמאכט".
דאס איז זייער א וויכטיגע לימוד פאר'ן לעבן, דער רבי לערנט אונז און זאגט אונז: "קוק נישט אויף יענעם", "קלאפ זיך נישט מיט יענעם"; דער אייבערשטער האט ליב יעדן איינעם. מען דארף זיך אליינס זאגן: "דער אייבערשטער האט מיך ליב, יא, מיך ליב! אפילו און אפילו און אפילו, מיט אלע אפילו'ס האט מיך דער אייבערשטער ליב".
געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, ווען מען רעדט צום באשעפער ווערט מען זיכער מיט זיך, מען באקומט זיכערקייט, מען ווערט זעלבסטשטענדיג, מען איז מער קיינעם נישט מקנא.
יעצט פארט מען אין קעמפ, מען דארף זיך רעכענען מיט אנדערע. בפרט ווען עס איז דא אין די באנק א מיידל וואס איז קאלט, דארף מען זיך רעכענען מיט איר, אפילו אנדערע שרייען: "ס'איז הייס!" מען דארף זיך רעכענען מיט ווער עס איז קאלט. אדער קען מען לייגן די מיידל וואס איז קאלט אין די זייט פון שטוב וואו עס בלאזט נישט אזוי שטארק די עירקאנדישן.