בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט קוקן אויף זיך, נאר מחזק זיין אנדערע אידן
הפצה, זיכוי הרבים, גאווה, חסידות ברסלב, שטעטל, בין אדם לחבירו, מוסר

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


זיי נישט ברוגז אז איך האב דיר אזוי שארף געזאגט, ווי מעג מען לאזן אזעלכע מחשבות? איך וויל דיר פרעגן, ווען דו זעסט א מענטש דערטרונקט זיך אין וואסער, וועסטו אויך טראכטן די צעדרייטע מחשבות פון 'מי אנכי? ווער בין איך דען? בין איך דען ראוי יענעם ארויס צו שלעפן? האב איך דער רשות?' אויף דעם זאגן שוין די הייליגע חכמים (סוטה כא:) אז דאס איז א חסיד שוטה.


די זעלבע איז ווען מען זעט איינער איז צעבראכן און צעשטאכן, ער זיצט אין שטוב, מען זעט אים נישט פאר די אויגן; היתכן מען זאל נישט יענעם מחזק זיין?! יענעם ארויסנעמען אויף א שפאציר?!


דאס איז שוין נאכן זאגן און זאגן און זאגן אז דאס דארפן מיר טון, דער רבי האט אונז דאס באפוילן צו טון; נו וואו קומט אריין די צעדרייטע מחשבה 'מי אנכי? בין איך דען ראוי?' דאס איז א סימן אז מען שטונקט פון גאוה פון קאפ ביז פוס, ווייל אז דער אייבערשטער האט אונז געהאלפן, מיר ווייסן פון רבי'ן, מיר שפירן א טעם אין לעבן, מיר שפירן די זיסע געשמאקע איינגענעמע טעם פון זיין מיט'ן אייבערשטן, פארוואס זאלן מיר נישט טראכטן פון א צווייטן?


זאג דיין ווייב עס איז שוין צייט אפצולאזן די מחשבות פונעם יצר הרע, דער רבי זאגט בפירוש (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, 'יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה' בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ, 'אָחִי, חֲזַק וֶאֱחֹז עַצְמְךָ'", ווען איך וואלט געהאט איינער, זאל זיין ווער עס זאל זיין, זאל מיר זאגן אין מיינע יונגע יארן, ברודער שטארק זיך און דערהאלט זיך, "הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", וואלט איך געהאט נאכמער כח צו דינען דעם אייבערשטן, "כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל, וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", איך האב אבער נישט געהאט ווער עס זאל מיר דאס זאגן.


מוסר זאגן – דאס איז עפעס אנדערש, דאס דארף מען שוין זיין ראוי, נישט יעדער קען זאגן 'מוסר'. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "אַף עַל פִּי שֶׁתּוֹכָחָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל", כאטשיג מוסר זאגן איז א גרויסע זאך, "אַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם רָאוּי לְהוֹכִיחַ", - אבער נישט יעדער קען געבן מוסר, ווייל אויב מען איז נישט ראוי קען מען ערגער מאכן, נאר ווער עס קען זאגן מוסר אזוי ווי משה רבינו האט געזאגט מוסר, ער האט אריינגעגעבן א ליבשאפט אין די אידן, נאכן זינדיגן ביים עגל האט ער זיי געזאגט (גיטין לו:): "עַדַיָין חֲבִיבוּתָא הוּא גַּבָּן", דער אייבערשטער האט ענק נאכאלץ ליב, אבער חיזוק – דאס מעג יעדער געבן און דאס דארף יעדער געבן.


עס ליגט א חוב אויף אנשי שלומינו מחזק צו זיין איינער דעם צווייטן, בפרט אז מען בויט א שטאט על שם רבינו, דארף זיך יעדער אומקוקן איינער אויפ'ן צווייטן, אפשר איז דא איינער וואס איז אריינגעפאלן אין א מרה שחורה? אפשר דארף איינער א גוטער חבר? אפשר קען איך יענעם מחזק זיין? די מענער דארפן טראכטן פון די מענער און ביי די פרויען - פון די פרויען; מען דארף נישט קיין רשות צו מחזק זיין, מען דארף נישט זיין חשוב, מען דארף נישט זיין עפעס ווייס איך וואס, מען דארף טראכטן פון יענעם, יענער דארף עסן, יענער דארף א חבר, יענער דארף א גוט ווארט; דא קומט נישט אריין 'מי אנכי, ווער בין איך? בין איך דען ראוי?!' דאס איז די גרעסטע גאוה.


אינטערעסאנט, ביי די אייגענע הנאות טראכט מען נישט 'מי אנכי? דארף איך דען א הויז? דארף איך דען א קאר? דארף איך דען עסן? ביך איך דען ראוי?!' וואס האב איך געטון ווען מוהרא"ש האט מיר געזאגט רעדן און מחזק זיין אנדערע? איך האב געפאלגט און איך וועל ווייטער פאלגן.


מיר גייט נישט אן אויב איך בין יא ראוי אדער נישט; איך ווייס גאר גוט ווער איך בין, איך בעט דעם אייבערשטן אין די זכות וואס איך טו מיט אידישע קינדער, זאל דאס זיין פאר מיר א תיקון; וואס איז נוגע ווער איך בין? וואס איך בין? אז מען קען א טובה טון פאר א מענטש איז אלעס כדאי.


מוהרא"ש ברענגט אן א שיעור מאל די ווארט פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו: "א נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, ליידט זיך אפ זיבעציג יאר צרות צרורות, לוינט זיך עס אויב מען קען א טובה טון פאר א איד"; דאס איז אפילו בגשמיות, מען קען יענעם פאררעכטן א לאך אינעם רעדל, עפענען זיין טיר, ארויסשלעפן די קאר פון שניי, בלאטע; כל שכן וכל שכן אז א מענטש איז צעבראכן, א מענטש איז אליין, דערביטערט, און מען זאגט אים א גוט ווארט, מען שלעפט אים ארויס פון זיין מרה שחורה; יענער הייבט אן לעבן.


ווער רעדט נאך א אידישע מאמע וואס גייט איבער אויף איר אזעלכע צרות און יסורים, קיינער ווייסט נישט וואס אידישע פרויען ליידן זיך צאם שטילערהייט; אז א פרוי קומט אריבער, רופט אן, נעמט ארויס וכו' וכו', איז דאס דאך אזא מצוה, עס לוינט זיך צו לעבן פאר דעם.


וויפיל קען איין מענטש טון? וואלט איך געהאט מיט מיר אפאר תלמידים ותלמידות וואס וואלטן געדענקט צו אויפהייבן אנשי שלומינו; געדענקט, געטראכט – פון די וואס דארפן חיזוק, וואלטן אלע געלעבט, אלע וואלטן געהאט חיות; היות איך בין אליין, איך האב נישט צייט אנצורופן יעדן, נאכלויפן יעדן – פאסירט וואס פאסירט.


איך שרייב דיר דאס נאר ווייל איך בין צעבראכן אז דאס האט פאסירט; משפחות שטייען פון אינדרויסן, זיי שפירן נישט אנגענומען; אנשטאט זיי מחזק זיין – מאכט מען זיי משוגע: 'דער ראש ישיבה לאזט נישט דאס, דער ראש ישיבה לאזט נישט יענץ'; ביי דעם וואלט מען געדארפט פרעגן רשות, פאר מען זאגט ארויס א ווארט מוסר פון מויל.


א אינגערמאן דערציילט מיר, זיין ווייב קוקט א גאנץ יאר ארויס צו קומען דא אין שטעטל, זי וויל זיין מיט די ברסלב'ער קהילה; די ערשטע קבלת פנים קומט איר א פרוי אנטקעגן מיט מוסר: "דו טוסט אן דיינע קינדער אזוי? דער ראש ישיבה לאזט נישט!" א מינוט שפעטער: "דו גייסט אזוי אנגעטון? דער ראש ישיבה לאזט נישט!" דער אינגערמאן קומט אהיים, ער זעט זיין ווייב וויינט, זי זאגט אים: "נעם מיר ארויס פון דעם פלאץ, איך וויל נישט זיין מיט די סארט מענטשן".


גערעכט איז זי, איך וואלט אויך נישט געוואלט זיין מיט אזעלכע מענטשן; ביי דעם פרעגט מען נישט קיין רשות, מען טראכט נישט 'מי אנכי?' מען שטעכט, מען פליקט, מען האט א קליינע שארפע מעסער וואס הייסט 'ראש ישיבה' און מען טיילט דעות. ווער האט געבעטן זאגן יענעם? ווער האט דיר געגעבן רשות צו מוסר'ן? ווילסט רעדן? רעד חיזוק, רעד גוטע ווערטער, נעם אויף יעדן איינעם מיט גוטע ווערטער.


וואויל איז דעם וואס געבט גוטע ווערטער פאר אנדערע, איז מחזק אנדערע און טראכט פון אלעמען; אויף דעם איז געזאגט געווארן (סנהדרין לז.): "כָּל הַמַצִיל נֶפֶשׁ אַחַת מִיִּשְׂרָאֵל, כְּאִילוּ קִיֵים עוֹלָם מָלֵא".